מגילת אנטיוכוס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מְגִילַּת אַנְטִיוֹכוֹס (ווערט אויך גערופן מגילת בני חשמונאי, מגילת בית חשמונאי און מגילת חנוכה) איז א קליינע מדרש וואס שילדערט דעם נס חנוכה און די רעוואלט פון די חשמונאים. דער מגילה איז דער איינציגער חיבור פון חז"ל, וואס איז געבליבן, וואס איז געצילט צו שילדערן בלויז די געשעענישן. כאטש וואס עס איז נישט א טייל פון תנ"ך, זענען געווען פילע קהילות וואו מען פלעגט עס ליינען חנוכה, ענליך צו מגילת אסתר אום פורים.

אינהאלט פון די מגילה

ערשטע שלאכט קעגן ניקנור

די מגילה שילדערט די מאכט פון אנטיוכוס און פון זיין "משנה" בגריס, און זיין פיינטשאפט פאר די אידן. אנטיוכוס שיקט ניקנור איינצונעמען ירושלים. ער טוט אזוי, שטעלט אוועק א צלם אינעם היכל, און איז מקריב קרבנות צו דעם. דאס ברענגט דער ערשטע ווידערשטאנד דורך יוחנן בן מתתיהו כהן גדול. יוחנן האט זיך אריינגעכאפט צו ניקנור מיט א קליינעם שווערד און אים דערשטאכן צום טויט, דערנאך ארויס אין מלחמה מיט די יוונים אויס'הרג'ענענדיג 72,000 פון זיי. צוריקקומענדיג האט ער געבויט א מנורה און עס גערופן "מקבי".

צווייטע שלאכט קעגן בגריס

בגריס ווערט געשיקט דורך אנטיוכוס אונטערצודריקן די אויפשטאנד, ער נעמט צוריק איין ירושלים און פירט איין גזרות שמד, צו פארבאטן שבת, חודש, און מילה. די מגילה שילדערט עטליכע העראאישע געשיכטעס איבער דעם מסירת נפש פון די אידן אין יענע צייט:

  • מען פלעגט שטראפן מיט'ן הענגען עלטערן וואס זענען געכאפט געווארן מל'ען זייער קינד. א פרוי וואס האט גע'מל'עט איר זון איז ארויף אויף די מויערן פון ירושלים און אויסגערופן "לך נאמר בגרס הרשע, ברית אבותינו לא תחדל ממנו". דאן האט זי זיך אראפגעווארפן פונעם מויער אינאיינעם מיט איר זון צו זייער טויט.
  • בגריס האט באפוילן אנצוצינדן א פייער ביי דער עפענונג פון א הייל וואו טויזנט אידן האבן זיך באהאלטן צו היטן שבת, און זיי זענען אלע אומגעקומען פון די רויך.
  • אין טייל נוסחאות ווערט געברענגט א דריטע מעשה איבער א שוועסטער פון די חשמונאים וואס האט איבערגערעדט אירע ברידער ארויסצוגיין קעגן די יוונים, ווען זיי האבן איר געוואלט נעמען צו בגריס דעם נאכט פון אירע חתונה.

די פינף זין פון מתתיהו זענען ארויס אין א קאמף און געוויזן צו באזיגן די יוונים.

דריטע שלאכט קעגן בגריס

נאכ'ן נידערלאגע איז אנטיוכוס מחליט צו שיקן א ריזיגער מיליטער קעגן די אידן, וואס נעמט אריין רייטער און פארפאנצערטע עלעפאנטן. עטליכע מדינות העלפן צו די יוונים קעגן די אידן, זיי נעמען ווידער איין ירושלים, ברעכן אויף דרייצן פרצות אין דער סורג, האקן אפ די וואסער און צינדן אונטער דעם שטאט. מתתיהו און זיינע זים נעמען זיך צוזאמען אין מצפה גלעד, און פאסטן און דאווענען פאר הצלחה אין דער קריג. מתתיהו וואונטשט זיינע זין איידער זיי גייען ארויס. אנהייב שלאכט פאלט יהודה המכבי, מתתיהו קומט מיט זיינע זין אנשטאט אים. אלזער וועלכע האט פראבירט אומצוברענגען אן עלעפאנט ווערט גע'הרג'עט ווען ער ווערט דערטרונקען אין די געדערים פון א שטארבענדיגער עלעפאנט. די חשמונאים זיגן, זיי הרג'ענען בגריס, אנטיוכוס אנטלויפט אין שאנד, און נעמט זיך דאס לעבן אונטערוועגנס.

די מגילה פירט אויס מיט'ן שילדערן די חשמונאים אריינקומען אין בית המקדש עס מטהר צו זיין, און דער נס פך שמן, און דאס קובע זיין א יום טוב חנוכה לדורות.

מחבר פון די מגילה

רב סעדיה גאון אין זיין הקדמה צו ספר הגלוי שרייבט אז די חשמונאים זעלבסט האבן געשריבן די מגילה, און שפעטער ציטירט ער איין פסוק דערפון[1]. פארהאן וואס לערנען אריין אין רב סעדיה גאונ'ס ווערטער אז ער איז דער וואס האט עס דער ערשטער געשריבן, באזירט אויף א מסורה בעל פה וואס ער האט מקבל געווען פון די צייטן פון די חשמונאים[2].

אין די דרוקן פון ספר הלכות גדולות פון רבי שמעון קיירא שטייט אז "זקני בית שמאי ובית הלל כתבו מגילת בית חשמונאי", אבער אין די כתבי יד אז דער נוסח "מגילת תענית", און נישט מגילת חשמונאי[3]. אויך אין די געדרוקטע נוסח זענען פארהאן וואס לערנען אריין אז עס באציט זיך צו מגילת תענית, וואס איז די אינהאלט פון יענע קאפיטל אין די בה"ג[4].

מנחם צבי קדרי האט אנאליזירט דעם אראביש פון דער מגילה און געקומען צום מסקנה אז עס איז געשריבן געווארן ארום דער צווייטער יארהונדערט[5]. אנדערע שלאגן אפ דעם דאטום, בעיקר באזירט אויף היסטארישע פאקטארן. אריה כשר לייגט צו צו דערצו אז עס איז קענטיג אין דער מגילה'ס שפראך איינפלוס פון אראביש, און דאטירט די מגילה צווישן דער 8'טער יארהונדערט אול דער 10'טער[6]. איתי קגן מערקט אן אז די נוסח פון די מגילה אויף וועלכן די חוקרים האבן אלץ געקוקט איז געווען דער תימנ'ער, ווידעראום דער אייראפעאישן נוסח, וועלכער מ'טרעפט אויך אין דער קאירא גניזה, האט קלארע סימנים פון סירישער אראמיש, און קיין שום אראבישער איינפלוס[7].

די שפּראַך פון די מגילה

די מגילה איז אריגינעל געשריבן געווארן אין אראמיש. חוקרים זאגן אז דער סיבה דערצו איז וויבאלד דער שטייגער איז געווען צו שרייבן היסטאריע ביכער אין אראמיש. נתן פריד שרייבט אן אנדערע געדאנק, אז דער מגילה האט געדינט ווי א תוספתא צו די תרגום אויף די הפטרה. ער ווייזט אן אויף א כתב יד פון דעם תרגום פון די הפטורה "רני ושמחי" פון שבת חנוכה, וועלכע איז באגלייט מיט א תוספתא אין פארם פון א מגילה איבער נס חנוכה[8].

רב סעדיה גאון האט איבערגעזעצט די מגילה אויף אראביש און געשריבן דערצו צוויי הקדמות, ווי זיין שטייגער אין אנדערע ספרים, א לענגערע און א קירצערע[9]. אין קאירא גניזה זענען געפונען געווארן נאך פארשידענע איבערזעצונגען צום מגילה אויס רב סעדיה'ס; ווי אויף אנדערע נוסחאות פון דעם אראמישן אריגינאל[10]. דער מגילה איז אויך איבערגעזעצט געווארן אויף לשון קודש עטליכע מאל, און ערשיינט אין פארשידענע נוסחאות אין כתב יד; נישטא כמעט קיין צוויי כתבי יד מיט דעם זעלבן נוסח[11]. מיט דער צייט איז דער מגילה געדרוקט ווערן, און איין באקאנטע נוסח איז פארשרייט געווארן, מיט לייכטע שינויים פון דרוק צו דרוק[12]. דער מגילה איז אנטהאלטן אין עטליכע כתבי יד פון דעם תנ"ך, און אין סידורים פון פארשידענע קהילות[13].

ליינען שבת חנוכה

עס איז געווען איינגעפירט אין פילע קהילות צו ליינען די מגילה שבת חנוכה. עס איז מעגליך אז טייל פלעגן עס ליינען מיט א ברכה בשם ומלכות, וויבאלד דער רי"ד האט געדארפט ארויסשרייבן אז מ'מאכט נישט קיין ברכה דערויף[14].

אין תימן איז געווען דער מנהג עס ליינען שבת חנוכה פאר מנחה. מ'האט עס געליינט אזוי ווי א קריאה, ווען זיי פלעגן ליינען א פסוק פון דער מגילה אין אראמיש, און דערנאך דער תפסיר פון רב סעדיה גאון אויפ'ן פסוק. אין שפעטערע כתבי יד פון דעם תימנ'ער תכלאל האבן זיי אריינגעשטעלט אויך די איבערזעצונג אויף לשון הקודש, ווען זיי האבן געליינט א פסוק לשון קודש, אראמיש, און דערנאך דער תספיר. רבי יצחק רצאבי שרייבט אז דאס איז געקומען פון א טעות פון די וואס זיי האבן פארשטאנען אז די מגילה איז א תרגום פאר די לשון, און נישט פארקערט[15].

מ'טרעפט דעם מנהג פון ליינען די מגילה אין די מנהגים פון גרדאייא, [אלזשיר]] און פון די קרימטשאקעס[16]. נתן פריד ווייזט אן אז עס איז מעגליך אז אויך אין אשכנז און אין פראנקרייך האט מען עס אמאל געליינט חנוכה, וויבאלד דער מגילה איז געטראפן געווארן אין אן אשכנזישער מגילה פון הפטורות[17].

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. רב סעדיה גאון, ספר הגלוי, פארעפנטליכט און איבערגעזעצט דורך אברהם אליהו הרכבי, אין "זיכרון לראשונים", מחברת חמישית, חוברת ראשונה: "השריד והפליט מספר האגרון וספר הגלוי", פטרבורג תרנ"ב. "וכמו שכתבו בני חשמנאי יהודה ושמעון ויוחנן ויונתן ואלעזר בני מתתיה ספר במה שעבר עליהם, הדומה לספר דניאל בלשון הכשדים."
  2. זייבלד.
  3. זע הלכות גדולות א, דפוס בערלין, תרמ"ח, על פי כתב יד רומי, זייט 615 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), אין די הערות.
  4. זע: ורד נעם, מגילת תענית, יד בן צבי: ירושלים תשס"ד, זייט 383 הערות 8.
  5. מנחם צבי קדרי, "באיזו ארמית נכתבה מגילת אנטיוכס", לשוננו כג, באנד ג' (תשי"ט), זייט 145-129.
  6. אריה כשר, "הרקע ההיסטורי לחיבורה של 'מגילת אנטיוכוס'", התקופה הסלווקית בארץ־ישראל, תל אביב תש"ם, זייטן 85—10.
  7. איתי קגן, "מגילת אנטיוכוס הארמית: בירורים לשוניים ראשוניים", לשוננו פו (תשפ"ד), זייט 119-145.
  8. פריד, זייט קי.
  9. זע זייבלד.
  10. מבוא צו מגילת בני חשמונאי, אין הליווי בגלות לרב סעדיה גאון, הוצאות האוצר, ירושלים, תשע"ט.
  11. נתן פריד, "נוסח עברי חדש של מגילת אנטיוכוס", צפונות יז, בני ברק, תשנ"ג, זייטן סה-עד (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  12. פריד זייט קיז.
  13. ווי: סידור "בית עובד", ליוורנו, תרכ"ב; סידור "עבודת ישראל", רעדלהיים, תרכ"ח; סידור "אוצר התפילות", ווילנא, תרפ"ח.
  14. תוספות רי"ד, סוכה דף מד עמוד ב; שבלי הלקט שבולת קעד.
  15. רצאבי זייט מט.
  16. פריד, זייט 17-21.
  17. פריד, זייט 18.