דרעפט:יודל מארק
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
יודל מארק (1897–1975), יידישער לינגוויסט, ערציער און פּאליטישער אקטיוויסט. יודל מארק איז געבוירן אין פּאַלאָנגע (אין דער רוסישער אימפעריע), איצט ליטע. געלערנט אין דער ארטיגער מלוכה שולע אין דער היים געלערנט העברעאיש, תנ"ך, גמרא, געענדיגט די קרוינישע פּראָגימנאַזיע, 1911 אנגעקומען אין כהנ'ס גימנאַזיע אין ווילנע, אין וועלכער געווען פון די געציילטע יידישיסטן. פון 1915 ביז 1918 האט ער שטודירט אויפן היסטאָריש־פילאָלאָגישן פאַקולטעט פון פּעטערבּורגער אוניווערסיטעט און באזוכט אויך די הויכע קורסן פון באַראָן גינצבורג, געווען סעקרעטאר פון יידישן סטודענטישן זעלבּסטהילף־פאראיין, געגרינדעט א סטודענטישע נאציאָנאַל־דעמאָקראַטישע גרופּע, געאַרבּעט אין דער "חברה מפיצי השכלה" און אין ביורא פון צ"ק פון דער רוסלענדישער יידישער פאָלקספּאַרטיי. ער האט געהערט צו דעם אינטעלעקטואַלן קרייז פון היסטאריקער שמעון דובנאוו, וועמענס אנהענגערס האבן געגרינדעט די אידישע 'פאָלקספּארטיי' (העב').
נחום שטיף און זעליג קאלמאנאוויטש האבן אינספּירירט מארק צו לערנען יידיש לינגוויסטיק. סוף 1918, צוליב דער לאגע אין פּעטערבורג, איז ער געקומען קיין ליבאַווע (Liepāja), געשאפן דארט א שטארקע ארגאניזאציע פון דער פאלקספּארטיי, וואס האט געבראכט צו דער ארגאניזירונג פון דער ערשטער דעמאָקראַטיש געוויילטער קהילה אין לעטלאנד. זינט 1919 אין ליטע. און איז געווארן סעקרעטאר גענעראל פונעם יידישן נאציאנאלן ראַט אין ליטע אין 1923. ער איז אויך געווען צווישן די אקטיווסטער יידיש־ערציער אין די באלטישע לענדער, און איז געווען דער צענטראלער פיגור אין דער יידישער גימנאזיע אין דער ליטווישער שטאָט ווילקאמיר (היינט Ukmergė). אלס איינער פון די גרינדער פון ייִוואָ האָט ער בייגעשטייערט צו אירע פילאלאגישע אויסגאבעס. דערצו האט ער פון 1930 ביז 1934 רעדאגירט דעם קאוונער טעגליכן "פאלקסבלאט" און געווען א קארעספּאנדענט פארן ניו־יארקער "פארווערטס". ער האט אויך געשריבן לערנביכער און ווערק וועגן ליטעראטור און פּעדאַגאָגיע, און איבערגעזעצט פון דייטש און אנדערע שפּראכן. מארק האט זיך באזעצט אין אמעריקע אין 1936 און דערנאך רעדאקטירט דעם ייווא זשורנאל "די יידישע שפּראך", אנגעהויבן אין 1941.
האַרבּסט 1920 איינער פון די גרינדער פון דער איינציקער יידישער גימנאַזיע אין קאָוונער ליטע, אין ווילקאָמיר, אין וועלכער ער איז לערער פון יידיש און רוסיש. 1921 אַרויסגעגעבּן די ערשטע יידישע "שול־גראַמאַטיק" (פ"ג "ליכט", קאָוונע; 2טע פאַרבּעסערטע אויפלאַגע, 1923). אין דעם אייגענעם יאָר אָנגעהויבּן אויך די פּובּליציסטישע טעטיקייט אין דער קאָוונער דעמאָקראַטישער צייטונג "נייס" א"ר פון ד"ר א. מוקדוני, יוני 1922 בּאַנייט די אויסגאַבּע אונטער זיין רעדאַקציע, (אין אָקטאָבּער פאַרמאַכט געוואָרן פון דער ליטווישער רעגירונג אין צוליבּ מאַנגל אין מיטלען בּאַנייט געוואָרן שוין אַלס וואָכנבּלאַט, מערץ 1923, בּיז עס האָט זיך אינגאַנצן אָפּגעשטעלט"). געשריבּן אַרטיקלען אויף די פאַרשיידנסטע טעמעס, דערהויפּט וועגן שולע־ און קולטור־פראַגן, אויך א"פּ אַן אייגענער, A. P. בּשעת די וואַלן צום ליטווישן סיים 1922 אָנגעפירט צוזאַמען מיט יוסף טשערניכאָוו די וואַלקאַמפּאַניע פון "פאָלקצעטל" (פאָלקיסטן און האַנטווערקער). 1922 אַרויסגעגעבּן אַ גרעסערע ארבּעט "איינהייטלעכע פאָלקשול" (פ"ג "ליכט", קאָוונע, ז"ז 120), וואו עס ווערן פאָרמולירט די פאָלקיסטישע פּרינציפּן פון אַ איבּערפּאַרטיייִשער, איבּערקלאַסנדיקער יידישער שול אין קעגנזאַץ צו די עקסיסטירנדי־שול־טיפּן אין ליטע פון די 3 ריכטונגען: דער עקסט־לינקער, תּרבּותיסטישער און אָרטאָדאָקסישער, און אין צוזאַמענהאַנג מיט אַ קריטיק פון דער יידישער אַווטאָנאָמיע אין ליטע בּנוגע דער שול־פראַגע. אחוץ אייניקע אַרטיקלען אין יידישע בּאַלטישע צייטשריפטן, פאַרעפנטלעכט אויך אַן אַרטיקל "ווען איז מעגלעך נאַציאָנאַלע אַווטאָנאָמיע" אין נ"י־ער "דאָס נייע לעבּן" 1923, וואו ס'איז אויך געדרוקט אַ רעצענזיע פון ל. לערער איבּער זיין "איינהייטלעכער פאָלקשול"[1].
אַלס איבערגעגעבענער טראדיציאנאליסט, האט מארק זיך אנטקעגנגעשטעלט דאס איינפירן ראדיקאלע רעפארמען אין סיי וועלכע קאמפּאנענט פון דער יידישער קולטור, אנשטאט האט ער געשטיצט דאס אויפהיטן די מזרח־אייראָפּעאישע יידישע טראדיציעס אין דער מאדערנער וועלטליכער אידישקייט. ער האט באטראכט דעם יידישן שרייב־סיסטעם ווי א טייל פון דער יידישער קולטור־ירושה און האט געפילט, אז די כללים זאלן מאדיפיצירט ווערן בלויז מיט גרויס זארג. מארק האט דעריבער אפּגעווארפן קאמפּאנענטן פון מאקס וויינרייכ'ס שפּראך־פּלאנירונג־רעפארמען, בפרט די ראדיקאל-פארענדערטע ארטאגראפיע. ער האָט נישט מסכים געווען מיט אזעלכע צענטראלע נקודות פון דער נייער ייווא אויסלייג ווי די מינימיזירטע באנוץ פונעם "שטילער אלף” און די צעשיידונג פון פּרעפיקס אין אדווערבן. ער האט אויך צענזורירט דעם עקסטרעמען פּוריזם פון וויינרייך און זיינע אנהענגערס, בפרט זייערע פּרואוון צו "רייניגן" יידיש פון אסאך ברייט-באנוצטע ווערטער, וואס זיי האבן באצייכנט "דייטשמעריזמען" – איבעריגע געבארגטע ווערטער פון דייטש.
מארק האט אויסגעדריקט זיין וויזיע פון "כלל־ייִדיש", דעם מאדערנעם יידיש סטאנדארט, אין פילצאליגע ארטיקלען, ווי אויך אין זיין "גראמאטיק פון דער יידישער כלל־שפראך", ערשינען אין 1978 נאך זיין טויט. זיין צוגאנג שפּיגלט זיך מער אפּ אין די ערשטע פיר בענדער פון דער "גרויסער ווערטערבוך פון ייִדישער שפּראך" (ארויסגעגעבן צווישן 1961 און 1980), וואס ער האט רעדאגירט ערשט אין ניו יארק און שפּעטער אין ירושלים. דער ווערטערבוך איז ערשינען מיט אַן אפּלייקענונג פון ייווא, וואס האט נישט געלאזט נוצן דעם אפּדרוק פונעם אינסטיטוט, ווייל די אויסלייגונגען פון די זאמלערס זענען געווען אנדערש פון דער ייווא ארטאגראפיע. נאך מארק'ס טויט, מיסמאַנידזשמענט און אנהאלטנדע וויסנשאפטליכע דיספּיוטן האבן פאראליזירט דעם ווערטערבוך פּראיעקט.
ביבליאגראפיע
- גענאדי עסטרייך, Mark, Yudl, ייווא ענציקלאפעדיע
- ↑ זלמן רייזען, לעקסיקאן פון דער יידישער ליטעראטור פרעסע און פילאלאגיע, 2 (1927), 342-344.