דרעפט:רבי שמשון רפאל הירש

פון המכלול
ווערסיע פון 05:29, 7 פעברואר 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' שמשון רפאל הירש, וועלכן קיין קלענערער ווי ר' יצחק אלחנן ז"ל רופט אָן: "הרב הגאון הצדיק החה"כ ר' שמשון ב"ר רפאל הירש זצ"ל… אשר בישראל גדול שמו במפעליו הקדושים".

ר' שמשון רפאל איז געבוירן געווארן כ"ד סיון תקס"ח, יוני 20, 1808, אין דער שטאט האמבורג, דייטשלאנד. ער שטאמט פון א זייער אנגעזעענער פאמיליע. זיין פאטער איז געווען אַן אנגעזעענער סוחר וועלכער פלעגט ווידמען זייער פיל צייט צו לערנען תורה. זיין זיידע ר' מנחם מענדל פראנקפורטער איז געווען דער ראבינאטס פארזיצער אין אלטונא, אָן געהאלט, און ער האט געגרינדעט א תלמוד תורה דארט. זיין עלטער פעטער, ר' יהודה לייב, ר' מנחם מענדל'ס ברודער איז דער מחבר פון "הרכסים לבקעה", און פון "קול יהודה".

זיין פאטער האט אפילו גערעכנט אים צו מאכן פאר א סוחר, אבער ר' שמשון רפאל'ס שטארקע נייגונג צו לערנען, און זיין אינערליכער רוף און דראנג צו טון עפּעס פאר דעם אידישן פאלק, האבן איבערגעוואויגן זיין פאטער'ס פארלאנג. און ער האט אנגעהויבן צו גרייטן זיך פאר א ראבינער קאריערע, צו העלפן פארשטארקן תורה אידישקייט.

זיין ערשטע בילדונג האט ר' שמשון רפאל באקומען פון דעם "חכם" ר' יצחק באַרנאיס וועלכער האט אים שטארק באאיינפלוסט צו פאראייניגן רעליגיעז אידישקייט און חכמת ישראל, אידישע וויסנשאפט מיט אלגעמיינער בילדונג. און פון אים האט ער געלערנט ווי צו "פּרעדיגן" אויף א מאדערנעם אופן אין א נייעם סטיל אין דער דייטשער שפּראך. ער לערנט דענצמאל אין ר' יעקב עטלינגער'ס ישיבה אין מאַנהיים. ער שטודירט שפּעטער אין דער אוניווערזיטעט אין באָן, וואו ער האט זיך אויסגעצייכנט אין פילאזאפיע און אין אנדערע וויסנשאפטן. שוין אלס סטודענט זענען ער און זיין חבר אברהם גייגער, זיין שפּעטערער אידעאלאגיע קעגנער, געווארן דער מיטלפּונקט פון א קרייז, וועלכער האט געקוקט צו זיי פאר פירערשאפט.

אין דעם יאר 1830 איז ער געווארן ערוועלט אלס "לאנדעסראבינער" פון אָלדענבורג, וואו דער אידישער היסטאריקער היינריך גרעץ איז געווען זיין תלמיד פון 1837 ביז 1840. די דאזיגע שטעלע האט ער אנגעהאלטן ביז 1841. אין דעם פארלויף פון די דאזיגע עלף יאר, האט ער אויפגעטון זייער פיל אין שטארקן דאס רעליגיעזע אידישקייט אין די קהילות וועלכע זענען געשטאנען אונטער זיין פירערשאפט. ער האט אויך געווידמעט זייער פיל צייט צו אויסבעסערן דעם אידישן חינוך. ער האט אפילו איבערזעצט טיילן פון דער משנה אויף דייטש און זיי צעשיקט צו די העברעאישע לערערס, און אנגעוויזן ווי אזוי צו אונטערריכטן די תלמידים.

אין דעם יאר 1826 האט ער פארעפנטליכט זיין בוך "ניינצן בריוו איבער אידישקייט" אונטער דעם פּסעוודאנים בן עוזיאל. אין דעם דאזיגן בוך רעכטפארטיגט ער און ערקלערט די אויסגעהאלטנקייט פון דער אידישער טראדיציאנעלער רעליגיע פון א מאדערנעם צוגאנג. דאס בוך האט געמאכט א קאָלאָסאַלן איינדרוק אין אלע אידישע קרייזן. ס'איז געווען פון העכסטער וויכטיגקייט פאר דער אידישער יוגנט אין דייטשלאנד, ווייל ס'האט פארענטפערט פילע פון זייערע פראגעס, קלאר געמאכט פילע פון זייערע צווייפלען, וועלכע האבן זיי שיער אראפּגעפירט פון דעם גלייכן וועג.

דאס בוך איז ערשינען אין מערערע אויפלאגעס אין דייטשלאנד. ס'איז געווארן איבערגעזעצט אין פארשידענע שפּראכן, אויך אויף העברעאיש פון משה זלמן אהרנסאָן מיט אַן הסכמה פון ר’ יצחק אלחנן ז"ל. דאס בוך האט געזאגט א ניי ווארט אין דער נייטיגער צייט. ס'איז געווארן באטראכט ווי א בריליאנטענע, אינטעלעקטועלע אינטערפּרעטאציע פון פרום אידישקייט, און אין א קלאסישן דייטש. א דאנק אט דעם דאזיגן בוך איז דער פארפאסער באטראכט געווארן אלס דער שאפער פון א "נייער ארטאדאקסיע" אין דייטשלאנד.

אין דעם יאָר 1841 איז ר’ שמשון רפאל ערוועלט געווארן ראַבינער אין דער שטאט [עמדען. אין 1846 ווערט ער "לאנדעסראבינער" פון מעהרן אין דער שטאט ניקלסבורג.

אויף ווי ווייט ערנסט ער האט גענומען זיין בארוף, און עס טאקע געמיינט מיט אן אמת, קען מען זען אמבעסטן פון דעם פאלגנדיגן פאל:

אין 1851 האט ער באקומען אַן איינלאדונג פון דער "איזראעליטישע רעליגיאָנס געזעלשאפט" אין פראנקפורט אַם מאַין, וועלכע איז באשטאנען פון בלויז עלף מענער, אז ער זאל ווערן זייער גייסטיגער פירער. זייענדיג איבערצייגט אז דא וועט ער האבן א ברייט פעלד צו שטארקן דאס רעליגיעזע אידישקייט און אידנטום און צוימען די רעפארמערס, איז ער געווען באלד גרייט צו בייטן זיין הויכע און זייער אנגעזעענע שטעלע פאר דעם דאזיגן נישט גרויסן כסא הרבנות. אדאנק אבער זיין נישט ערמידליכער ארבעט, זיין טיפער איבער צייגונג אז נאר דער טראדיציאנעלער גלויבן קען אויפהאלטן די אידישע עקזיסטענץ אלס אידיש פאלק, און זיינע באלערנדע שארפזיניגע און איבערצייגנדע דרשות, איז פון די "עלף" מענער געווארן פינף הונדערט מיטגלידערס. ס'האבן געפינען זיך צווישן זיי רייכע און אנגעזעענע בעלי בתים. און זיינע ווינדערליכע דרשות האבן צוגעצויגן אויך די גרויסע מאַסן.

אין 1853 האָט ער געגרינדעט אין פראנקפורט אם מאין צוויי פאלק-שולען און א רעאַל שולע, וואו די אידישע יוגנט האט באקומען א רעליגיעזע ערציאונג מיט וועלכער ער אליין האט אנגעפירט ביז דעם יאר 1877.

ר’ שמשון רפאל’ס באדייטונג ווי אַ רעליגיעזער פירער, זיין ערפאלגרייך ווירקן ווי א רעדער, ערציער, אָרגאַניזאַטאָר און שריפטשטעלער האבן אים געמאכט פאר דעם בארופענעם פאָרקעמפער פון דעם פרומען אידנטום אין דייטשלאַנד, אין זייער קאמף קעגן דעם "ליבעראלן" אידנטום. ער איז באשטאנען דורכאויס, און ער האט אויסגעווירקט אַן ערלויבעניש ביי דער רעגירונג אז די פרומע מיטגלידערס פון די פארשידענע געמיינדעס וועלכע ווערן געפירט פון די "ליבעראלן", זאלן מעגן ארויסטרעטן, און גרינדן באזונדערע קהילות. ווי א שטרענגער ארטאדאקס, האט ער דאס געהאלטן פּשוט פאר א רעליגיעז געזעצליכע פליכט, און נישט געטיילט די מיינונג פון היינריך גרעץ און ר’ זכריה פראַנקל (פרענקל).

אין דער דאזיגער אויסטריט באוועגונג האבן זיך אנגעשלאסן אויסער דער פראנקפורטער "רעליגיאנס געזעלשאפט" אויך די מינדערהייטן פון די געמיינדעס אין בערלין, קעניגסבערג, וויסבאַדן, קעלן און גיסען. און זיי האבן געגרינדעט באַזונדערע ארטאדאקסישע געמיינדעס. פארשטייט זיך אז נישט אלע ארטאדאקסן זענען ארויסגעטרעטן פון דער "איינהייטס געמיינדע". אפילו אזא פּערזענליכקייט ווי דער ווירצבורגער רב ר’ זעליגמאן בער באַמבערגער האט געקעמפט קעגן ר’ שמשון רפאל’ן אין דעם דאזיגן פּרט. און א זייער לעבהאפטע דעבאטע האט זיך אנטוויקלט צווישן זיי.

אין דעם יאר 1885 האט ער געגרינדעט אין פראנקפורט אַם מיין די "פרייע פאראייניגונג פיר די אינטערעסן דעס ארטאדאקסישן יודענטום", וואס איז געווארן רעארגאַניזירט און אויסגעברייטערט אין דעם יאר 1907.

הירש’עס אויפפאסונג פון אידישקייט איז גאנץ איינפאך. ער האלט אז דאס זיך באקענען מיט די לערעס פון אידישקייט, די קוועלעס און די באווייזן, מוזן קומען פון אינווייניג, פון דער אידישער טראדיציע. דער תנ"ך, די תלמודישע ליטעראטור און דער באגריף וועגן אידישקייט לויט די דאזיגע קוועלעס מוזן אָן באדינגט ווערן באפרייט פון די ערקלערונגען און אויסטייטשונגען וועלכע זענען געווארן געשאפן אונטער דעם איינפלוס פון דער נישט אידישער עקסעגעזע, רעליגיאָנס פילאזאפיע און רעליגיאָנס געשיכטע. זיינע אפּהאנדלונגען וועגן דער אויפפאסונג פון אידישקייט זענען זייער אויסגעהאלטן. זיי דערגרייכן זייער אפט צו א דיכטערישן שוואונג. א זייער גוטער ביישפּיל וועגן דעם, זענען זיינע "מאָנאַטס בעטראַכטונגען" אין דעם זשורנאל "ישורון" וועלכן ער האט ארויסגעגעבן 1870—1854 צו קעמפן פאר און פארטיידיגן דאס ארטאדאקסישע אידישקייט.

פאַרשטייט זיך אז די "ליבעראַלן" וועמענס גרונט פּרינציפּ איז צו "אַנטוויקלען" די אידישע רעליגיע, האבן נישט געקענט אננעמען הירש’עס סיסטעמאטישע און לאגישע באגרינדונגען אז די תורה קען בשום אופן נישט ווערן געענדערט. אבער זיי האָבן אים באטראכט און אנערקענט אלס אן עהרווירדיגע רעליגיעזע פּערזענליכקייט. אפילו גאַיגער, זיין אידעאלאגישער קעגנער שרייבט אין פיפטן באנד פון זיין ווערק "נאַכגעלאַסענע שריפטן", זייט 18: "מיר האבן געהאט א זייער לאנגן שטרייט, אין וועלכן איך האב קענען-געלערנט זיין אויסער ארדענטליכע בארעדזאמקייט, זיין שארף זין, זיין קלארע און שנעלע תפיסה… איך רעספּעקטיר זיינע פאָרציגליכע גייסט אייגנשאפטן, זיין ערליכקייט, און ליב זיין גוט הארץ".

ר’ שמשון רפאל הירש איז געווען אַן אָן-ערמידליכער קעמפער פאר טראדיציאנעל אידישקייט, אין ווארט און אין שריפט. ער איז דער מחבר פון מערערע וויכטיגע ווערק. אלס א מין פארזעצונג צו די בארימטע "ניינצן בריוו" האט ער ארויסגעגעבן א בוך "חורב" — א טעקסט וועגן אידישקייט פאר דער געבילדעטער יוגנט. ער האט איבערזעצט אויף דייטש חומש, תהלים[1] און דעם סידור מיט ערקלערונגען; א בוך "די באציאונג פון תלמוד צום אידענטום", אין וועלכן ער פארטיידיגט די חכמים ז"ל קעגן די ליגנס פון די אנטיסעמיטן, און נאך אנדערע ווערק.

הרב הירש ז"ל איז געשטארבן כ"ז טבת, תרמ"ט, דעצעמבער 31, 1888, אין דעם עלטער פון אכציג יאר אין פראנקפורט אַם מיין. אויך נאך זיין טויט ביז היטלער ימח שמו, האבן זיינע לערעס געהאט א געוואַלדיגן איינפלוס אויף דעם דייטשן אידנטום.

רעפערענצן

  1. דעם פּירוש אויף תהלים האט הרב דר. יחיאל זאב ליפשיץ איבער געזעצט פון דייטש אויף לשון הקודש, ירושלים, תשכ"א.