רוי:רבי יחזקאל האלשטאק

פון המכלול
ווערסיע פון 10:50, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אסטראווצער רב
רבי יחזקאל הלוי האלשטאק
געבורט סקערנעוויץ
פטירה צויזמיר
ספרים "קדשי יחזקאל"

הרב יחזקאל הלוי האַלשטאק (ה'תרמ"ה - י' טבת ה'תש"ג) איז געווען אב"ד פון אסטראווצע, פוילן, און א רבי פון חסידים.

אפשטאם

רבי יחזקאל איז געבוירן אין תרמ"ה צו זיין פאטער רבי מאיר יחיאל האלשטאק, דער אסטראווצער רב. ער האט געלערנט ביי זיין פאטער, וואס האט אים מחנך געווען צו יראת שמים אויפן חסידישן נוסח. ער האט אנטוויקלט א גרויס חשק צו לערנען תורה, מיט אויסעגעוויינלעכע אהבת הבריות.

צו אכצן יאר האט רבי יחזקאל חתונה געהאט מיט מרת ביילא מירל, די טאכטער פונעם מעליצער רבי'ן, רבי נפתלי הורוויץ. זעקס יאר איז ער געבליבן אין מעליץ על התורה ועל העבודה.

רבנות

אין תרס"ט האט רבי יחזקאל אויפגענומען דאס רבנות פון אינאוולאדז, נישט ווייט פון סאכאטשאוו, פוילן. נאך צען יאר (אין תרע"ט) איז ער באשטימט געווארן שטאטס רב פון נאשעלסק, א גרעסער שטעטל. י"ט אדר תרפ"ח איז נפטר געווארן זיין פאטער רבי מאיר יחיאל. אלס דער איינציגער זון, האט די אסטראווצער קהילה גערופן אים ממלא מקום זיין זיין פאטערס ארט. זיין פאטערס חסידים האבן מקבל מרות געווען פון אים און ער האט איבערגענומען די רעביסטעווע, און נאך חסידים זענען געפארן צו אים.

רבי יחזקאל האט אויפגעשטעלט די ישיבה "בית מאיר" אויף זיין פאטערס נאמען, מיט בערך הונדערט תלמידים.

רבי יחזקאל האט זיך אריינגעלאזט אין דער ארבעט פון מסדר זיין די חידושי תורה פון זיין פאטער.

פאמיליע

הר"ר יחזקאל און זיין ווייב ביילה מירל האבן געהאט זיבן זין און איין טאכטער:[1]

זיינע ספרים

רעפערענצן

  1. מנשה אונגאר, אדמו"רים שנספו בשואה, עמ' 117-121
  2. מעטריקעס פון דער שטאט מעליץ Mielec עמ' 271, 282, 289, 301 Jakub HALSTUECK/HALSZTUK