רוי:רבי נפתלי הורוויץ (קראלי)

פון המכלול
ווערסיע פון 23:18, 5 אויגוסט 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (פארברייטערט, צוגעלייגט מקור)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:NaftaliSpinka.jpg
רבי נפתלי הורוויץ אדמו"ר מקראלי וויליאמסבורג, צוזאמען מיט אולאמער רב שליט"א.

רבי נפתלי הורוויץ (געבוירן י"ז סיון ה'תשכ"ב) איז דער קראלער רבי. ער איז דער אינגסטער זון פון רבי הערשעלע ספינקער.

ער איז געבוירן געווארן אין וויליאמסבורג און האט דארט געלערנט אין סאטמארער תלמוד תורה[1]. אלס חתן (ה'תשמ"ד) איז ער אויפגענומען געווארן אלס מנהל רוחני אין דער ספינקער תלמוד תורה. ער האט אנגעהאלטן די פאסטן ביז ער האט געעפנט די ספינקא מיידל שולע אין וויליאמסבורג.

ווען זיין טאטע איז אוועק האט ער זיך געעפנט אן אייגן בית המדרש אין וויליאמסבורג, אויף וואלעבאוט ראג פון מידעלטאן גאס, מיטן נאמען בית שמואל צבי קראלי. נאך זיין טאטע ר' שמואל צבי און זיין זיידע ר' אברהם אביש מקראלי. ער האט גאר שטארק מצליח געווען צו ציען אסאך חסידים און מעריצים בעיקר יונגעלייט און האט געבויט א פראכטפולע ביהמ"ד אויפן צווייטן שטאק אין דעם זעלבן בנין, און די צייט איז דער ערשטע ביהמ"ד געווארן א שטיבל אינאיינעם מיט נאך צוגעבויטע שטיבלעך אויפן ערשטן שטאק.

היינט איז קראלי אין וויליאמסבורג א שיינע גרויס חסידות. מיט א תלמוד תורה, א מיידל שולע און א קאנטרי אין פאלסבורג, ניו יארק.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 72

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!