רוי:רבי ישראל אליעזר אדלער

פון המכלול
ווערסיע פון 21:29, 4 אויגוסט 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (פארברייטערט, צוגעלייגט מקור)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ביי זיין יונגשאפט

הרב ישראל אליעזר אדלער (געב' כ"ה טבת תשט"ז) איז דער דזשיקאוו-וויזשניץ רבי אין ארץ ישראל.

אפשטאם

הרב ישראל אליעזר איז געבוירן געווארן אין חיפה[1] צו זיין פאטער רבי נפתלי חיים אדלער, דזשיקאווער רבי אין נתניה, א זון פון רבי מרדכי יהודה אדלער פון ירושלים, אן איידעם פון רבי אליעזר ניסן הורוויץ פון צפת, א זון פון רבי נפתלי חיים הורוויץ פון ירושלים, א זון פון רבי מאיר הורוויץ, דער "אמרי נועם" פון דזשיקאוו, און צו זיין מוטער מרת הינדא, די טאכטער פונעם וויזשניצער רבין רבי חיים מאיר האגער, א זון פון דעם "אהבת ישראל" פון וויזשניץ רבי ישראל האגער, דער איידעם פונעם "אמרי נועם" פון דזשיקאוו.

ביאגראפיע

אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סלאנימער ישיבה בית אברהם, וואו רבי שמואל בערעזאווסקי (היינט זיין שוואגער און סלאנימער רבי) איז געווען א מגיד שיעור. ער האט געהייראט מרת ריקל גיטל ערנסטער, א טאכטער פון זיין פעטער רבי משה ערנסטער, אן איידעם פונעם וויזשניצער רבין רבי חיים מאיר.

ווען מען האט אויפגעשטעלט דעם וויזשניצער קווארטאל אין רחובות, האט זיין פעטער, דער "ישועות משה" פון וויזשניץ אים באשטימט רב דארטן. ער איז געווארן איינער פון די מנהיגים אין וויזשניץ וואס אסאך חסידים טון זוכן עצות ביי אים. ער ציט אן עולם צו זיינע באטעס, און א היפשע צאל וויזשניצער חסידים פארן מיט אים ווי אמאל קיין מירון אויף א שבת התאחדות.

אייר תשע"ב, נישט לאנג נאך דער פטירה פונעם ישועות משה, האט דער וויזשניצער רבי, רבי ישראל האגער מכתיר געווען אים "דזשיקאווער רבי"; א טייל פון זיינע וויזשניצער חסידים האבן אים מקבל געווען ווי זייער רבי.[2]

משפחה

די קינדער פון רבי ישראל אליעזר און זיין ווייב מרת ריקל גיטל זענען:

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 68
  2. רוב דזשיקאווער חסידים מיט זייער רבי און זיין משפחה זענען אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע. נאכער האט מען מכתיר געווען עטליכע איבערגעבליבענע אייניקלעך, אבער זיי האבן נישט מצליח געווען צוריקבויען דאס חסידות. דער דזשיקאווער הויף איז געווען שטארק פארבונדן מיטן וויזשניצער הויף: דער אהבת ישראל פון וויזשניץ איז געווען אן איידעם ביים "אמרי נועם" פון דזשיקאוו; דער לעצטער דזשיקאווער רבי ביי דער מלחמה, רבי אלטער, איז געווען אן איידעם ביים "אהבת ישראל"; רבי יודעלע הורוויץ פון דזשיקאוו איז געווען אן איידעם ביים "אמרי חיים" פון וויזשניץ. דער אמרי חיים פון וויזשניץ פלעג זינגען דזשיקאווער ניגונים.
  3. איידעם ביי הרב רבי מנחם ערנסטער, און א זון פון הרב רבי אליהו שטערנבוך, ראב"ד פון דער מחזיקי הדת אין אנטווערפן, אן איידעם פון דעם סערעט־וויזשניצער רבי.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!