חיים משה שטויבער
ביים אויפטרעטן ביי דינער פון כולל שומרי החומות | |
געבורט |
1941 כ"א כסליו תש"ב קארלסבורג |
---|---|
פטירה |
2020 (אלט: 79 בערך) י' אייר תש"פ |
חיים משה שטויבער (אדער שטאובער; תש"ב–תש"פ) איז געווען א כלל-טוער, עסקן, און ווארטזאגער פאר סאטמאר אין אמעריקע.
ביאגראפיע
חיים משה איז געבוירן אין קארסלבורג אום כ"א כסליו תש"ב, צו רבי יחזקאל מנחם שטויבער, שו"ב אין קארלסבורג, אראד, צפת, און אנטווערפן. אלס בחור האט חיים משה צוערשט געלערנט אין לאנדאן ביי רבי אליקים שלעזינגער, דערנאך אין קאפעלן, שווייץ ביי רבי יצחק דוב קאפלמאן, און אין יאר תשי"ח איז ער געקומען פון אנטווערפן אויף אמעריקא לערנען אין ישיבה פון סאטמארער רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים, וועמען ער האט משמש געווען א שטיק צייט אלס הויז בחור[1]. אין תשכ"ב האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי צבי אביגדור פעקעטע, נאנאשער רבי פון וויליאמסבורג.
נאך זיין חתונה האט ער געדינט אלס אדמיניסטראטער פון בית יעקב אין וויליאמסבורג. שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלס רעדאקטער פון צייטונג דער איד און ער האט אויסגעגעבן עטליכע יאר א טעגליכער צייטונג אויף ענגליש "The world Jewish tribune".
א שטיקל תקופה איז ער געווען א בדחן אויף חתונות, אזוי ווי זיין פאטער און אנדערע געשוויסטער. אין תשס"ז האט ער געליטן פון א סטראוק[2], און ער איז נפטר געווארן י' אייר תש"פ.
עסקנות
אין די פריע יארן פון סאטמאר אין אמעריקע, איז שטויבער געווען פון די פירנדע עסקנים און כלל-טוער, און פאר איבער צוויי צענדליג-יארן האט ער געדינט אלס סאטמארער רבי'ס רעכטע האנט[3]. ער האט אנגעקניפט קשרים מיט פאליטישע באאמטע, און האט אויסגעפירט פילצאליגע שתדלנות מיסיעס, אויפ'ן אויפטראג פון סאטמאר רבי'ן[2][4].
ער פלעגט אויפטרעטן ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אריינגערעכנט רעדעס אויף ענגליש פאר די פרעסע ביי דעמאנסטראציעס קעגן מדינת ישראל אנגעפירט דורך סאטמארער חסידים. און האט געדינט אלס ווארטזאגער אריינצושטעלן אפיציעלע לייט-ארטיקלען אין אלגעמיינע צייטונגען אין נאמען פון סאטמאר[5][6].
ער איז געווען פון די גרינדער פון די יד לאחים אפיס אין אמעריקא, א פירנדער מיטגליד אין די רב טוב ארגאנאזיציע פאר אידישע פלטים איבער די וועלט, ער האט געדינט אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס אין וויליאמסבורג (יו-דזשעי-או), ער איז געווען א חבר הנהלה אין כולל שומרי החומות, און קרן הצלה, גרינדער און פירער פון איחוד עולמי של היהדות החרדית[7] פאר מלחמה איבערלעבער. ווי אויך האט ער רעפרעזענטירט די התאחדות הרבנים[8][9].
אלס טייל פון זיין עסקנות האט ער געגרינדעט דעם פתח תקוה אנשטאלט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן, וואס ווערט באצייכנט אלס דורכברוך ביים חסידי'שן אידנטום[10][11]. און האט באקעמפט דאס אויפשטעלן א רעסייקלונג פלענט אין וויליאמסבורג געגנט[12][13] און געשתדל'ט צו אויפבויען די בעדפארד גארדענס הייזער. און נאך פיל לייסטונגען לטובת הכלל והפרט[2].
און אין יאר תשל"ב איז ער אויפגענומען געווארן אלס רעדאקטער פון צייטונג דער איד[14], אונטער אים איז עס שטארק ארויפגעארבעט געווארן, און האט אנגעהויבן ארויסקומען אויף א וועכנטליכער פארנעם, און באשרייבן וועלטליכע נייעס. ער האט געשריבן עדיטאריעלס אונטערן פסעוודאנם "שמחה בוימל" (אקראנים פאר: ה'רב ח'יים מ'שה ש'טויבער ב'ן י'חזקאל מ'נחם ו'ל'אה), און נאך נעמען געוואנדן לויט די פערזענליכקייט פון די ארטיקל. אין יאר תשל"ח האט ער אויפגעגעבן די פאזיציע צוליב דרוק פאר'ן שרייבן זאכן וואס האט נישט געשמעקט פאר טייל סאטמארע חסידים, דאן האט ער אויסגעגעבן עטליכע יאר א טעגליכער צייטונג אויף ענגליש "The world Jewish tribune", וואס האט זיך פארמאכט נאך עטליכע יאר[2]. שפעטער האט ער צוריקגענומען די פאזיציע פון יאר תשנ"ד ביז תש"ס[מקור פארלאנגט].
ווערק
- ספר זכרונות - פון רבנו הקדוש מרן ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר זי"ע, ערשטער טייל (ניו יארק תש"מ), אויף יידיש בוך צענטער
- The Satmar Rebbe: The Life and Times of Rav Yoel Teitelbaum zt"l, A close talmid's personal recollections, : Feldheim Pub, 2011 ISBN 9781598267648
קינדער
- יצחק (קרית יואל)
- חנני' יום טוב ליפא (הומאריסט, בארא פארק)
- יעקב (טעראפיסט, בארא פארק-מאנסי)
- צבי אביגדור (מאנסי)
- שמואל מאיר (בארא פארק)
- זלמן לייב (מאנסי)
דרויסנדיגע לינקס
- "חדש: The Satmar Rebbe, זכרונות רח״מ שטויבער", אשכול אויף אייוועלט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:לינק
ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע New York - Chanukah In Satmar: A Glimpse Into The Rebbe’s Court, אויף VINnews, דעצעמבער 12, 2011- "ר' חיים משה רופט אריין קול מבשר מיט זיין פערזענליכער געשיכטע", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24
- "שטריכן און אנעקדאטן וועגן די אלזייטיגע פעולות און פילפארביגער פערזענלעכקייט פון ר׳ חיים משה שטויבער ז״ל - אבסערוואציעס פון א זון", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24
- " לעגענדארער טעראפיסט הרב יעקב שטויבער, איבער... וואס ער האט מקבל געווען פון זיין לייטזעליגער פאטער הרב חיים משה שטויבער, גרינדער פון פתח תקוה", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24
רעפערענצן
- ↑ זכרונות פון רבנו הקדוש מרן ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר, עמוד 97
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 אינטערוויו מיט זיין זון ר' יעקב
- ↑ Rabbi Chaim Moshe Stauber z”l, אויף matzav
- ↑ זעט 7 jewish leaders give nixon support, New York Times ( ארכיוו)
- ↑ deaths lefkowitz rabbi leopold leibish, New York Times, August 4 1998 ( ארכיוו)
- ↑ deaths deutsch rabb sender, New York Times ( ארכיוו)
- ↑ Prepared Testimony of Rabbi Chaim Stauber Executive Director World Council of Orthodox Jewish Communities, May 15, 1997
- ↑ prague cemetery row hits ny, אויף JTA
- ↑ Rabbi Chaim Moshe Stauber, 76, Brooklyn, N.Y, אויף chabad.org
- ↑ Douglas Martin, About New York; In Williamsburg, Hasidim Find A Door of Hope, New York Times, March 8, 1989 ( ארכיוו)
- ↑ Stephen J. Solarz, EXTENSIONS OF REMARKS: A Door of Hope in Brooklyn (עמ' 29500), אויף אמעריקאנער קאנגרעס וועבזייטל, October 15, 1990
- ↑ jewish groups hear koch and rivals, New York Times, 1989 ,May 22 ( ארכיוו)
- ↑ hasidic group in brooklyn vying to acquire navy yard, אויף JTA
- ↑ new yorks yiddish press is thriving