רוי:תרפים

פון המכלול
ווערסיע פון 22:34, 14 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

תרפים איז א נאָמען פאַר טייל אָפּנעטער אין תנ"ך; אין בראשית ל"א ווערט דערציילט, אַז ווען יעקב אבינו איז אַנטלאָפן פון זיין שווער לבן, "ותגנב רחל את התרפים אשר לאביה", האָט רחל, יעקב'ס ווייב, צוגעגנבעט די תרפים, וואָס האָבן געהערט צו איר פאָטער. אויך אין אַנדערע ערטער פון תנ"ך געפינען מיר אָפט דערמאנט די תרפים, ביי וועלכע מען פלעגט פרעגן זיך אויך עצות ("שאל בתרפים", יחזקאל כ"א); יאשיהו המלך האָט זיי געלאָזט פאַרניכטן (מלכים ב' כ"ג), אין "ספר הישר" אויף פרשת ויצא און אויך אין פריערדיגע מדרשים ווערט דערציילט, אַז די תרפים זענען באַשטאַנען פון אַן אָפּגעהאַקטן קאָפּ פון אַן עלטסטן זון (בכור) און אונטער דער צונג זענען געווען אַרונטערגעלייגט פאַרשידענע כשפים-שמות, און וועגן וואָס מען האָט דעם קאָפּ געפרעגט האָט ער געענטפערט. די באַדייטונג פון וואָרט "תרפים" איז נישט קלאָר.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!