דרעפט:רבי אברהם יעקב פרידמאן (צווייטער)

פון המכלול
ווערסיע פון 08:50, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אברהם יעקב פרידמאן
רבי אברהם יעקב פרידמן (השני)
רבי אברהם יעקב פרידמן (השני)
געבורט ח' אב ה'תרמ"ד
פטירה ה' טבת ה'תשכ"א (אלט: 76)
מקום קבורה תל אביב
וואוין אָרט סדיגורה, וינה, תל אביב
טעטיגקייט אָרט סדיגורה, וינה, תל אביב
5'טער סאדיגערער רבי
י"א תשרי ה'תרע"גה' טבת ה'תשכ"א
זיין קבר אין בית הקברות נחלת יצחק

רבי אברהם יעקב פרידמאן (ח' מנחם אב תרמ"ד – ה' טבת תשכ"א) איז געווען דער סאדיגורער רבי, דער "אביר יעקב". ער איז ארויף קיין ארץ ישראל און געווען פון די פּראָמינענטע רביים אין תל אביב.

ביאגראפיע

רבי אברהם יעקב איז געבוירן אין סאדיגורא, גאליציע ח' מנחם־אב תרמ"ד, צו זיין פאטער רבי ישראל פון סאדיגורא, א זון פון רבי אברהם יעקב פון סאדיגורא, און צו רבי ישראל'ס צווייטע ווייב מרת בת שבע א טאכטער פון רבי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא.

י"ז אב תרס"ב האט רבי אברהם יעקב געהייראט מרת בלומה רייזיל (– ו' אייר תשי"ח), א טאכטער פון יצחק מאיר העשל פון קאפיטשיניץ. זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער.

נאך דער פטירה פון זיין פאטער, אין יאר תרס"ז, האט רבי אברהם יעקב איבערגענומען דעם פאטער'ס ארט אין סאדיגורא. אינאיינעם מיט זיין יונגערן ברודער רבי שלמה'ניו, האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה אין סאדיגורא און זיך אליין אפגעגעבן מיט די בחורים.

ביים ערשטן וועלט קריג איז ער אנטלאפן קיין וויען צוזאמען מיט זיין פעטער דעם 'פחד יצחק'. רבי אברהם יעקב האט דארט געפראוועט רביסטעווע און פילע חסידים פון די אלט-עסטרייכישע און רוסישע לענדער זענען געקומען צו אים און ער איז געווען געשעצט אין אלע קרייזן. נאך דעם קריג איז ער געבליבן וואוינען אין וויען. ער איז געווארן א מיטגליד אינעם אלוועלטליכן ..........

אין יאר תרח"ץ זענען די נאציס אריין קיין וויען, און די ערשטע זאך מיט וואס זיי האבן זיך פארנומען איז געווען אפשפעטן פון די אידן, און זיי האבן געצווינגען די רביים צו קערן די גאסן. רבי אברהם יעקב האט געמאכט א נדר, אויב וועט ער זוכה זיין ארויפצופארן קיין ארץ ישראל וועט ער קערן די גאסן אין ארץ ישראל.

זיינע אנהענגער האבן זיך שטארק געמיעט ארויסצוברענגען רבי אברהם יעקב פון וויען. נאך שווערער אינטענסיווער ארבעט איז זיי געלונגען צו באקומען פאר אים א וויזע קיין ארץ ישראל. כ"ג אלול ה'תרח"ץ איז רבי אברהם יעקב אנגעקומען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין תל אביב, וואו די רוזשינער און סאדיגערער חסידים האבן זיך צענטרירט ארום אים.

יארן לאנג איז ער געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, און א שטיק צייט איז ער געווען איר נשיא.

אין די לעצטע עטליכע וואכן איז ער שפיטאליזירט געווארן אין אסותא שפיטאל אין תל אביב און די שפיטאל שטאב האט באוואונדערט זיין באנעמונג און זיין אננעמען די יסורים באהבה. שבת מקץ האט ער געזאגט נשמת במשך צוויי-א-האלב שעה. מאנטאג ויגש האט ער געמאכט צוואה, צווישן אנדערע אז זיין שוואגער רבי אברהם יהושע, קאפיטשיניצער רבי, זאל זאגן נאך אים קדיש, און אז מ'זאל ווייטער אויפהאלטן זיין קלויז מיט תורה און תפילה. ער איז נפטר געווארן פרייטאג צונאכטס ויגש ה' טבת תשכ"א אינעם אסותא שפיטאל אין תל אביב אלט זייענדיג 76, און איז באערדיגט געווארן דעם נאכפאלגנדן זונטאג אין חלקת נחלת יצחק אין שטאט[1].

דרויסנדיגע לינקס


רעפערענצן