באַניצער:למאי נ"מ/שבט ראובן
שֵׁבֶט רְאוּבֵן איז איינס פון די צוועלף שבטי ישראל וואס ווערן דעמאנט אין תנ"ך. ער ווערט אנגערופן נאכן טאטן פונעם שבט ראובן בן יעקב ולאה . ראובן איז געווען דער בכור פון יעקב און דער בכור פון די שבטים.
ברכות פארן שבט
ברכת יעקב
”רְאוּבֵן בְּכֹרִי אַתָּה כֹּחִי וְרֵאשִׁית אוֹנִי יֶתֶר שְׂאֵת, וְיֶתֶר עָז; פַּחַז כַּמַּיִם אַל-תּוֹתַר, כִּי עָלִיתָ מִשְׁכְּבֵי אָבִיךָ אָז חִלַּלְתָּ יְצוּעִי עָלָה;”.
ברכת משה
ביי ברכת משה פאר די שבטים אין פרשת וזאת הברכה שטייט ”יְחִי רְאוּבֵן וְאַל יָמֹת וִיהִי מְתָיו מִסְפָּר”[1]
דער שבט אין מדבר
סימבאלן פון שבט: אבן החושן און דער דגל
די שטיין וואס סימבאליזירט די שבט איז דער אודם וואס אהרן הכהן האט געטראגן אויפן חושן[2], .
די "דגל" פונעם שבט איז א מאלעריי פון דודאים אויף א רויטע הינטערגרונט[מקור פארלאנגט].
די צוועלף שבטים זענען אקעגן די צוועלף חדשים פון יאר. ווען מען הייבט אן צו פארבינדן לויטן סדר פון די אמהות און די חדשים פון תשרי, איז ראובן אקעגן תשרי – און דאס סימבאליזירט אז ראובן האט תשובה געטון אויף זיין חטא. טאמער פאנגט מען צו ציילן פון ניסן לויט די סדר החניה אין מדבר, איז ראובן אקעגן תמוז - די חודש ווען דער חורבן האט זיך אנגעהויבן, דאס איז אויך געשען צו ראובן וואס די בכרוה איז אוועקגענומען געווארן פון אים[מקור פארלאנגט]. עס שטייט אין גמרא[3] ”אמר רבי שמואל בר נחמני אמר רבי יונתן כל האומר ראובן חטא אינו אלא טועה שנאמר[4] ויהיו בני יעקב שנים עשר מלמד שכולן שקולים כאחת”.
נשיאים פונעם שבט
ביים ציילן די ערטע מאל איז אֱלִיצוּר בֶּן שְׁדֵיאוּר דער נשיא פון שבט ראובן אין די תקופה פון דור המדבר. ער ווערט דערמאנט אין ספר במדבר 4 מאל. טראץ וואס שבט ראובן איז דער בכור פון די שבטים, האט דער נשיא השבט אליצור בן שדיאור מקריב געווען זיין קרבן נאר ביים פערטן טאג.
ביי די מרגלים איז שַׁמּוּעַ בֶּן-זַכּוּר געווען דער פארשטייער פונעם שבט (במדבר יג, טו). און ביים ציילן צום צווייטן מאל, סוף ספר במדבר, פרשת מסעי איז פון די ליסטע ארויסגעפאלן די נשיאים פון שבט ראובן און שבט גד, וויבאלד די ליסטע איז געאייגנט צו אויסרעכנען די נשיאים וואס וועלן זיין די פארשטייער ביים צוטיילן ארץ כנען, און שבט ראובן און גד האבן שוין באקומען א נחלה אין עבר הירדן.
המסע במדבר
שבט ראובן האט גערוהט אין מדבר דער ערשטער אין דרום מחנה ישראל, נאנט צו שבט שמעון. פונקט ווי זייער רוה ארט אין מדבר איז געווען אין דרום, אזוי איז אויך געווען זייער נחלה אין ארץ ישראל: ראובן אין דרום עבר הירדן און שמעון אין דרום ארץ ישראל.
- ביים ערשטן ציילונג וואס משה רבנו האט אפגעהאלטן אין מדבר איז דער שבט געווען 46,500 מענטשן.
- ביים צווייטן ציילונג וואס משה האט אפגעהאלטן אין מדבר איז דער שבט געווען 43,730 מענטשן.
די נחלה פונעם שבט
די נחלתה פון שבט ראובן איז געווען מזרח זייט פון עבר הירדן, נעבן שבט גד און חצי שבט המנשה, דאס לויט זייער פערזענליכע בקשה צו וואוינען דארט.
צו ליינען מער
- יהודה אליצור ויהודה קיל, אטלס דעת מקרא, ירושלים: הוצאת מוסד הרב קוק, ירושלים 1993.
- זכריה קלעי, נחלות שבטי ישראל, ירושלים: הוצאת מוסד ביאליק, 1967.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
ווערטערבוך ארטיקל אויף וויקיווערטערבוך: ראובן |
- זאב ארליך, ערי גד וראובן בכיבוש ובהתנחלות, אויף "דעת", בתוך: מזרח הירדן במבט יהודי, דפוס מוריה, התשנ"ו
רעפערענצן
מוסטער:שבטי ישראל [[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]