רוי:אברהם פריד
אברהם פריד | |
---|---|
טעקע:Avraam frid.jpg | |
טעטיקייט יארן | 1981 |
זשאנער | חסידישע מוזיק |
אברהם שבתי הכהן פרידמאן (געב' י"ג אדר ב' ה'תשי"ט, 22סטן מערץ 1959), באקאנט מיטן נאמען אברהם פריד, ווערט פאררעכנט אלס דער צווייטער צום "מלך פון יידישער מוזיק", מרדכי בן דוד, די צוויי זענען די גרעסטע אין חסידישע מוזיק.
ער האט אנגעהויבן זינגען אלס קינד אין דעם חב"ד קינדער כאר.
ער איז א ליובאוויטשער חסיד און וואוינט אין קרוין הייטס.
ביאגראפיע
אברהם פריד איז געבוירן געווארן אין תשי"ט צו זיין פאטער ר' יעקב משה פרידמאן, א בלאזשאווער חסיד, א זון פון הרב מאיר ישראל איסר פרידמאן, רב פון קרעניץ און א צאנזער חסיד. ער איז דער יינגסטער פון אכט קינדער (זעקס ברידער און צוויי שוועסטער). איינער פון זיינער ברידער איז מאניס פרידמאן.
זיינע אלבומס
- קיין איד וועט מען נישט איבערלאזן (ענגליש)
- יידישע אוצרות
אין תשנ"ט האט ער ארויסגעגעבן דעם אלבום "ניגון הבעש"ט", וועלכע אנטהאלט צוועלף אנגעבליכע חב"ד ניגונים.
די ניגונים אין דעם אלבום זענען:
- ניגון שמחה
- אלו ואלו - רחמנא
- ניגון הבעל שם טוב, ימין ה', צמאה (מיט די רוסישע ווערטער), ניגון התוועדות, טאנץ ניגון, ראסטאווער ניגון, אשרינו, כאיל תערוג, ניגון שמחה און א מחרוזת פון דריי אלטע ניגונים.
וועבלינק
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!