רבי שמואל בערעזאווסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי שמואל בערעזאווסקי
געבורט סעפטעמבער 16 1936 (יארגאנג: 88)
כ"ט אלול תרצ"ו
וואוין אָרט ירושלים
טעטיגקייט אָרט ירושלים
סלונימער רבי
אב תש"ס

רבי שמואל בערעזאָווסקי (חתמ'עט: ברזובסקי; געבוירן געווארן כ"ט אלול תרצ"ו[1], סעפטעמבער 16 1936) איז דער היינטיגער סלונימער רבי, מחבר ספרי "דרכי נועם".

ביאגראפיע

רבי שמואל איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רבי שלום נח, דאן ראש ישיבת בית אברהם סלאנים, און מרת חוה מרים, טאכטער פון רבי אברהם וויינבערג, דער סלאנימער רבי בעל "ברכת אברהם". אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת בית אברהם. ער האט זיך מסתופף געווען ביי גרויסן זיידן דער ברכת אברהם. ער האט חתונה געהאט[2] מיט רביצין מרת שיינא רחל (תרצ"ט - כ"ב טבת תשס"ו), טאכטער פון רבי נפתלי חיים אדלער, אן איידעם פון רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ, וועלכע האט אים זייער מחשיב געווען[3].

י"ב סיון תשמ"א, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן אלס סלונימער רבי נאך זיין שווער'ס פטירה, איז רבי שמואל אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה בית אברהם אנשטאט זיין פאטער. די שיעורים וואס ער האט געגעבן אין ישיבה זענען שפעטער געדרוקט געווארן אין די ספרים "דרכי נועם על הש"ס". ער פלעגט דאוונען ביים כותל המערבי יעדן פרייטאג צונאכטס, ביז ער איז געווארן רבי.

נאך זיין טאטנ'ס פטירה ז' אב תש"ס איז ער לויט זיין טאטנ'ס צוואה אויפגענומען געווארן אלס זיין ממלא מקום באדמו"רות און נשיאות פון ישיבת בית אברהם.

ער האט עטוואס געטוישט אביסל פון זיין טאטנ'ס הנהגה בנוגע כאניאקישקייט[4], ווי אויך האט ער פרובירט אריינצוברענגען דעם אידיש'ן שפראך צווישן זיינע חסידים.

ער איז א שארפע מתנגד קעגן די טעכנאלאגישע כלים:

נאך פון אנהייב, נאך איידער מ'האט אנגעהויבן רעדן איבער דען אינטערנעט און אירע געפארן, האב איך געשפורט א געפיל פון פיינטשאפט כלפי דעם קאמפיוטער. מ'האט מיר דעמאלט פארגעשלאגן עס צו ניצן נאכצוקוקן און זוכן אין ספירם; ווי באקאנט טוט עס שטארק פארגרינגערן און צוהעלפן מיט זוכן און טרעפן מקורות. אבער איך האב נישט געוואלט קומען אין באריר מיט דעם מכשיר; איך וויל אוועקגיין פון דער וועלט אן דעם וואס איך זאל האבן צוגערירט אפילו איינמאל אויף די קנעפלעך פונעם קאמפיוטער.

דרכי נעם ז' אייר תשע"ז

ער לאזט נישט אריין ברענגען אין זיין הויז א קאמפיוטער[3], און עס איז פארהאן א וועדה פון פגעי הטעכנאלאגיע אינערהאלב די חסידות.

זיינע שמועסן און ספרים

אין זיינע שמועסן טוט ער אסאך אין פסוקים פון נ"ך, ווי אויך פון ספר "המספיק לעובדי השם" פון רבי אברהם בן הרמב"ם, און פון זוהר. אזוי ווי די פריערידגע רבי'ס פון סלונים טוט ער אסאך רעדן איבער קדושה און שמירת הברית און איבער שבת קודש.

זיינע תורות, שמועסן, און שיעורים ווערן כסדר געדרוקט אין די ספרים "דרכי נועם" דורך מכון דרכי נועם. ביז אהער זענען געדרוקט געווארן איבער 20 בענדער.

אין יאר תשע"ה זענען ארויסגעקומען צוויי בענדער "דרכי נועם בעבודת ה'" מסודר לויט עניינים, אזוי אויך זיינע שמועסן וואס ער האט געזאגט אלס ראש ישיבה אינעם סלונימער ישיבה "בית אברהם".

אין יאר תשע"ט איז ארויסגעקומען די ערשטע באנד פון די רייע ספרים "דרכי נועם - מועדים" אויף מועדים וזמנים, די באנד איז עוסק אין: בשערי הימים הנוראים חודש אלול, ראש השנה. אין יאר תשפ"א איז ארויס די צווייטע באנד וואס איז עוסק אין עשרת ימי תשובה, יום כיפור אין זמן שמחתנו.

אין יאר תשפ"ב זענען געדרוקט געווארן דריי בענדער "דרכי נועם - על הש"ס", זיינע שיעורים וואס ער האט איבערגעגעבן אין ישיבה: יבמות, כתובות, נדרים, גיטין, קידושין, בבא קמא, בבא מציעא, אין בבא בתרא.

איינפלוס

אין די ערשטע יארן פון זיין הנהגה האט ער זיך ווייניגער אריינגעמישט אין כלל ענינים. ער האט אבער יא גחתמ'עט אויף ועדת הרבנים לענייני תקשורת און די כשר'ע סלולר.

בשנת תשס"ה בזמן תוכנית ההתנתקות, האט ער שארף ארויסגעטראטן קעגן דעם, און אין דעם יאהר האט ער נישט געהייסן צו וואלן פאר יהדות התורה צוליב דאס שטוצע פון דו חברי הכנסת יעקב ליצמאן אין ישראל אייכלער[5].

בשנת תשע"ג, האט ער זיך מצטרף געווען אלס חבר מועצת גדולי התורה פון די אגודת ישראל פארטיי.

די מיידל שולע אין עמנואל

אין יאר תש"ע (2010) איז מפורסם געווארן די פרשה פון די מיידל שולע אין עמנואל, ווען ער האט שטארק פארפירט מען זאל נישט אריין נעמען מיידלעך פון שוואכערע משפחות צו דער ארטיגער חרד'ישער מיידל שולע, וואו זיינע חסידימ'ס טעכטער האבן געלערנט. צוליב דעם האט מען געוואלט איינזעצן די מיידלעכ'ס עלטערן, נישט ווילנדיג מקיים זיין דעם בג"צ'ס פסק דין[6].

ער האט דאן געשריבן א שארפן בריוו: ”אילו הייתי חושב ששופטי בית המשפט מאמינים במה שהם אומרים, שבית הספר בעמנואל יסודו באפליה גזענית, נראה לי שהייתי נוהג אחרת, אך מאחר שאין לי כל שמץ של ספק שהם יודעים את האמת, שכל דבריהם בשקר יסודם, אם כן אין זה אלא מאבק בין אמונה לכפירה, בין כח הקדושה לכח הטומאה של הסטרא אחרא... ובמאבק על קידוש השם גם אם יעמידו אותנו מול כיתת יורים, לא נוותר ולא נתפשר כמלוא נימה”[7].

משפחתו

ער האט 14 קינדער:

זין

טעכטער

  • שרה, ווייב פון רבי יהודה שטרנברג, א שרייבער פון די שמועסן פון דעם פריערדיגן רבי'ן רבי שלום נח, און מגיד שיעור אין ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים בירושלים.
  • צביה, ווייב פון רבי אורי ווייסבלום, ראש ישיבת סלונים לצעירים - 'נתיבות שלום' אין ביתר עילית.
  • ברכה, ווייב פון רבי גדליה ריזל, רב הקהילה אין קריית גת און ראש רשת הכוללים פון סלונים אין חבל לכיש.
  • דבורה, ווייב פון רבי חיים יהודה לייב אויערבאך, ראש כולל אין ירושלים, זון פון רבי מרדכי אוירבך.
  • שולמית, ווייב פון רבי פנחס שלאף, ראש כולל פון חסידי סלונים אין ביתר עילית.
  • הדסה, ווייב פון רבי יצחק אייזיק כץ, מגיד שיעור אין ישיבת סלונים אין ביתר עילית.
  • רבקה, ווייב פון רבי יעקב יצחק וילהלם, מגיד שיעור אין "ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים" אין ירושלים.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן