באַניצער:תנא קמא/חרן
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
| ||
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל | |
חרן אַלטע שטאָט אין מעסאָפּאָטאַמיע (ארם-נהרים), װוערט דערמאָנט אין חומש בראשית י"ב, אַז דאָרט איז געשטאָרבן תרח, דער פאָטער פון אברהם אבינו; אין בראשית כ"ט װערט דערצילט װי יעקב האָט געדינט אין חרן ביי לבן און דאָרט גענומען לבנס טעכטער לאה און רחל; אין יחזקאל כ"ז װערט חרן דערמאַנט אַלס גרויסע האַנדלסשטאָט; וועגן דעם, וואו האָט האָט זיך געפונען חרן זענען פאַראן חלוקי-דעות: טייל ווייזן אָן אויף אַ דאָרף אין מעסאַָפּאָטאַמיע "כאפר חאראן"; אַנדערע מיינען, אַז דאָס איז אַן אָרט אין קליין-אַזיע.