חנה בת מתתיהו

פון המכלול
ווערסיע פון 20:15, 26 נאוועמבער 2023 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט ''''חנה בת מתתיהו''' איז געווען די שוועסטער פון די פינף זון פון מתתיהו הכהן, וואס האט לויט טייל מקורות צוגערעדט אירע ברודער ארויסצוגיין אין מלחמה קעגן די יוונים. זי האט דאס געטון אין די טאג פון איר חתונה, צוליב די גזירה אז די כלות מוזן זיין ביי א הגמון די ער...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

חנה בת מתתיהו איז געווען די שוועסטער פון די פינף זון פון מתתיהו הכהן, וואס האט לויט טייל מקורות צוגערעדט אירע ברודער ארויסצוגיין אין מלחמה קעגן די יוונים. זי האט דאס געטון אין די טאג פון איר חתונה, צוליב די גזירה אז די כלות מוזן זיין ביי א הגמון די ערשטע נאכט.

די מקורות צום געשיכטע

דער געשיכטע איבער דער טאכטער פון מתתיהו וואס האט געזאלט גענומען ווערן צו א הגמון, און אירע ברודער די חשמונאים האבן געקעמפט דאס צוריק צו האלטן, ווערט שוין דערמאנט אין די ברייתא אויף מגילת תענית ביי י"ז אלול. אין די נוסח אין לשון קודש פון מגילת אנטיוכוס וואס איז געדרוקט אין די ספרד'ישע סידורים, און אין מדרשים[1] און פיוטים[2] אויף חנוכה ווערט דערמאנט אז דער געשיכטע איז דאס וואס האט געברענגט די חשמונאים ארויסצוגיין קעגן די יוונים. אזוי שטייט אויך אין פסקי ריא"ז: "און דורך זיי [די פרויען] איז דער נס געשען, ווען יהודה האט געצערנט פאר זיי שוועסטער וואס האט זיך אנגעטון שמאטעס בשעת'ן חופה צוליב וואס מען האט איר געזאלט אזוי פארשוועכן [שיקנדיג צום הגמון], און פון דאן האבן זיי זיך געשטארקט איבער די יוונים"[3].

דער געשיכטע ענדלט צו מעשה יהודית, אבער די מקורות צעטיילט די צוויי געשענישן, וואס האבן לויט זיי פאסירט איינס נאכן צווייטן.

די געשיכטע

די יוונים האבן גוזר געווען אויף די אידן אז יעדער כלה וואס האט חתונה מוז דער ערשע נאכט זיין ביי א הגמון. דער גזירה איז אנגעגאנגען במשך דריי און א האלב יאר, ווען די אידן האבן זיך צוריק געהאלטן פון הייראטן פרויען, און שפעטער האבן זיי חתונה געהאט אין באהעלטעניש[4].

ווען חנה[5] די טאכטער פון מתתיהו[6] האט געדראט חתונה האבן צו אלעזר בן חשמונאי[7], האט מען נישט געקענט באהאלטן די חתונה, און האט געזאלט גיין צום הגמון. דער כלה האט צוליב דעם צעריסן אירע קליידער און אראפגעווארפן אירע צירונג, און זי איז ארויס צו די פארזאמלטע אנגעטון אין צעריסנע שמאטע און אומ'צניעות'דיג, און זי האט אנגעהויבן סערווירן דעם עולם וויין[8]. אירע ברודער האט זיך געבייזערט אויף איר אומ'צניעות און איר געוואלט הרג'ענען, אבער זי האט גע'טענה'ט אז דער שאנדע פון גיין צום הגמון איז ערגער ווי דאס וואס זי טוט יעצט, און זי האט פארלאנגט פון זיי צו טון פאר איר אזוי ווי שמעון און לוי האבן געטון צו ראטעווען זייער שוועסטער דינה פון שכם[9].

מתתיהו'ס זון האבן באצירט די כלה און איר געפירט אין א חופה מיט מוזיק צו הגמון, ווען זיי שטעלן אן א פנים ווי זיי קומען אויספאלגן דער גזירה, און דער הגמון האט זיי אויפגענומען אן קיין פארדאכט. ווען די כלה און יהודה זענען געבליבן אליין מיטן הגמון, האט יהודה אים גע'הרג'ט און געעפנט א קאמף קעגן די יוונים

דער געשעעניש האט פאסירט אום י"ז אלול, און די שלאכטן זענען אנגעגאנען ביז נאנט צו יום כיפור, ווען יוחנן כהן גדול האט געהערט א בת קול ארויס קומען פון קודש קדשים זאגנדיג ”נצחו טליא דאזלו לאגחא קרבא לאנטוכיא” ("עס האבן געזיגט די יונגלעך וואס האבן געגאנגען קעמפן אין שלאכט צו אנטוכיה") [10].

און רעאקציע צו דעם, לויט טייל מקורות[11], איז אליפורנוס געשיקט געוואן מיט זיין מיליטער צו באזיגן די חשמונאים. אן אסטראלאג מיטן נאמען 'עיטור'[12] (אדער 'אכיור'[13]) האט אים געווארט אז ער וועט נישט זיגן, און אליפורנוס האט אים באשטראפט פאר זיינע רייד און אין געהאנגען קעגן די טויערן פון ירושלים. דאן האט פאסירט די געשיכטע פון יהודית.


אין עטליכע פון די מקורות ווערט דערמאנט אן אנדערע גירסא אין דער געשיכטע, אדער נאך א געשיכטע, אין וואס דער הגמון האט שוין פארשוועכט די כלה, אדער כמעט פארשוועכט, און דאן האבן די חשמונאים געקומען נקמה צו נעמען פון די יוונים און צו ראטעווען זייערע שוועסטער[14]. אין דער "סיפור נס חנוכה" אין חמדת ימים ווערט געברענגט אז די טאטן פון יוחנן וואס ווערן דערציילט אנהייב מגילת אנטיוכוס (פסוקים יד-כח) זענען געטון געווארן אין רעאקציע צו דער פאסירונג.

מקורות

צו ליינען מער

  • יוסף נחמיה הכהן קוואדראט, "ווער זענען די העלדן פון חנוכה?", קנקן ב, כסלו תשע"ט, זייטן 105-122.

הערות

  1. מדרש מעשה חנוכה; מדרש לחנוכה; שאילתות
  2. פיוט אודך כי אנפת ופיוט אודך כי עניתני
  3. רבי ישעיה די טראני, פסקי הריא"ז שבת, ניו יורק, תש"א, זייט יט.
  4. ברייתא אויף למגילת תענית י"ז אלול; שאילתות
  5. אזוי ווערט געברענגט איר נאמען אין מדרש מעשה חנוכה, בשאילתות און אין פיוט אודך כי עניתני
  6. אזוי לויט די מערהייט פון די מקורות. לויט מדרש לחנוכה און פיוט אודך כי אנפת איז זי געווען א טאכטער פון יוחנן כהן גדול
  7. מדרש לחנוכה; פיוט אודך כי אנפת; פיוט אודך כי עניתני
  8. שאילתות
  9. מדרש מעשה חנוכה
  10. און דאס איז דער געשיכטע וואס ווערט דערמאנט אין סוטה לג, ב.
  11. מדרש לחנוכה; שאילתות; פיוט אודך כי אנפת
  12. שאילתות
  13. פיוט אודך כי אנפת

  14. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    "סיפור נס חנוכה", חמדת ימים ב, איזמיר, תצ"א, דף עז עמוד ב;. שאילתות; פירוש על הניסים לרוקח אין:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ חלק ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אלעזר מגרמיזא, פירושי סידור התפילה לרוקח, ירושלים, תשנ"ב, זייט תשטו (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).