רוי:רהאדיום

פון המכלול
ווערסיע פון 23:06, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Rh-TableImage.svg
זילבער-ווייס מעטאַלישער רהאָדיום

רהאָדיום (Rhodium) איז אַ כעמישער עלעמענט מיט כעמישן סימבאָל Rh און אַטאם נומער 45. רהאָדיום איז אינערטער, ווייסער, הארטער איבערגאנג מעטאַל. רהאדיום איז אן אדעלער מעטאל, וואס ווערט נישט פארזשאווערט.

ווייסן גאלד טוט מען באדעקן מיט א דינער שיכטע פון רהאדיום צו גלאנצן שענער.

באניץ

איינער פון די הויפּט ניצן פון רהאדיום איז אין געשמעלצן מיט פלאטין און פאלאדיום צו פארהארטעוון זיי. מען ניצט די געשמעלצן אין אויוונס און עלעקטראדעס פאר עראפלאנען. אנדערע ניצן זענען:

  • צוליב זיין נידריגן עלעקטרישן קעגנשטעל, רהאדיום ווערט געניצט אין עלעקטרישע קאָנטאַקטן.
  • רהאָדיום ווערט געניצט אין צירונג פאבריקאציע.
  • רהאָדיום איז געניצט אין אינדוסטריע ווי אַ קאַטאַליסט אין כעמישע רעאקציעס. צום ביישפּיל, אַ רהאדיום-באזירטער קאַטאַליסט לאזט שאַפן זעלטענע אַמינאָ זויערס.

באווארענישט

כאטש רהאָדיום איז אינערט, אבער זיינע פארבינדונגען קען זיין רעאקטיוו. רהאָדיום מעטאל האט נישט קיין געזונט ריזיקירן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!