רוי:סנהדרין

פון המכלול
ווערסיע פון 20:22, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

סנהדרין (אַ גרייכישע וואָרט וואָס מיינט פערזאַמלונג) איז אַ געריכט (בית דין) פון 71 דיינים וואס האט געפועלט פון בית שני צייטן ביז יאר ד'קפ"ה (346).

סנהדרין גדולה

איר מקור איז פון במדבר י"א. אין די צייטן פון עזרא און נחמיה איז געווען די כנסת הגדולה אין לשכת הגזית אין הר הבית וואס האבן באשטימט צו מען זאל ארויס גיין אין מלחמת רשות, אדער דן זיין מלכים, פארברייטערן פלאך אין ירושלים, ארויסגעבן א דין אויף עיר הנידח.

סנהדרין קטנה

סנהדרין 23 דיינים וואס האבן דן געווען נאר דיני נפשות צווישן מענטשן אדער חיות, וואס מען לערנט ארויס פון "שופטים ושוטרים תתנו בכל שעריך".

עס האט געמוסט זיין 230 איינוואוינער אין שטאט כדי צו באשטיממען א קליין סנהדרין.

מען דאוונט יעדן טאג "השיבה שופטינו כבראשונה ויועצנו כבתחילה, צו צוריק שטעלן די סנהדרין אויף פאלק ישראל.

די נייע סנהדרין

ווען נאפאליאן באנאפארטע איז געווען פירער פון פראנקרייך, האט ער אויפגעשטעלט א רבני'ישע קערפערשאפט מיט איין און זיבעציג רבנים וואס זאלן אנפירן אלע אידישע פראגן פון זיין גאנצע אימפעריע, אין שפיץ איז געשטאנען דער ראש הסנהדרין דער גאון ר' דוד טעבעל.

אין יאר 2004 האט זיך אויפגעשטעלעט א גרופע וואס וויל אומקערן די סנהדרין, און עס איז געגרינדעט געווארן אין טבריה.

לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל