רוי:אקסיאם

פון המכלול
ווערסיע פון 11:39, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אן אקסיאם איז א פראפאזיציע אין לאגיק וואס ווערט נישט דערוויזן נאר איז א קלארער אמת. ממילא נעמט מען דאס אן אלס אנהייבפונקט פון וואנעט מען לערנט ארויס אנדערע ווארהייטן.

אין מאטעמאטיק רופט מען אן אקסיאם א פעסטשטעלונג פון וואס מען קען ארויסלערנען טעארעמען.

א לאגישער אקסיאם דארף זיין אן אוניווערסאלער אמת, למשל (A ∧ B) → A. א מאטעמאטישער אקסיאם דעפינירט אן אייגנקייט פאר א טעאריע, למשל a + b = b + a.

די מעטאדע פון אקסיאמען אין מאטעמאטיק האט אנגעהויבן מיט אוקלידוס.

די מאדערנע לאגיקער האבן געהאפט אז די פארשידענע צווייגן פון מאטעמאטיק וועט מען קענען ארויסקריגן פון אן אויסגעהאלטענער זאמלונג פון גרונטליכע אקסיאמען. דער פראגראם האט אנגעהויבן מיט דערפאלג ווען הילבערט האט פארמאליזירט אוקלידישע געאמעטריע, און מען האט אויסגעוויזן אז די אקסיאמען זענען אויסגעהאלטן.

עטימאלאגיע

דאס ווארט "אקסיאם" שטאמט פון גריכיש ἀξίωμα (אַקסיאָמאַ) וואס איז טייטש ווערטפול, עכט. די אנטיק-גריכישע פילאזאפן האבן געזאגט אויף א טענה וואס איז וואר אן א באווייז אז זי איז אן אקסיאם.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!