שערי תשובה
שערי תשובה איז א ספר פון רבינו יונה גירונדי. דער ספר איז א טייל פון א גרעסערער חיבור, מיטן נאמען "שערי צדק", וואס ווערט דערמאנט אין מקורות פון א דור שפעטער[1]. א מערהייט פון דעם ווערק איז אבער פארלוירן געגאנגען, און עס איז איבערגעבליבן נאר דער חלק וועגן די טעמע פון תשובה; עס קען זיין אז עס זענען דא נאך איבערבלייבענישן, ווי דער ספר "שערי צדק".
די ספר און זיינע טיילן
די ספר "שערי תשובה" איז איינגעטיילט אין פיר טיילן, אדער "שערים":
- די ערשטע שער דעטאלירט די אקטן פון תשובה וואס ווערן געפאדערט פונעם זינדיגער וואס קומט תשובה טון. צווישן זיי רעכנט אויס דער מחבר חרטה, עזיבת החטא, די טרויער, דער צוברעכן די גשמיות'דיגע תאוה, די וידוי, דאס דאווענען און נאך.
- אינעם צווייטן שער רעכנט דער מחבר אויס זעקס פאקטארן וואס ברענגען דעם מענטש צו תשובה: צרות, עלטער, מוסר, זיך באשעפטיגן מיט תורה, עשרת ימי תשובה און מורא פאר א פלוצלינג'דיגע טויט.
- די דריטע שער שמועסט ער כמעט נישט וועגן תשובה טון, נאר ער רעכנט אויס צענדליגע מצוות און ועבירות, אויסגעשטעלט לויט זייער הארבקייט. דער מחבר האט דאס געטון כדי דער וואס טוט תשובה זאל וויסן "די גרויסקייט פון יעדן זינד פון זיינע זינד... ווייל מיטן וויסן די גרויסקייט פונעם זינד, וועט זיין זעל פארביטערט ווערן, און דעמאלט וועט זייער הארץ זיך אינטערגעבן און עס וועט פארגעבן ווערן זייערע זינד" (און אין זיין לשון: "גודל כל חטא מחטאיו... כי לדעתו רוב העוון וגודלו, נפשו ירעה (=מרירה) לו, או אז יכנע לבבם ואז ירצו את עוונם").
- רבנו יונה צוטיילט די עבירות אויף צען טיילן אדער "מדרגות", פון גרינג צו הארב. די ערשטע שטאפל איז די איסורים מדרבנן, און די צענטע איז די עבירות וואס "אין לעושיהן חלק לעולם הבא" (די וואס טוען זיי האבן נישט קיין טייל אין יענע וועלט). אין די שער בהאנדלט דער מחבר אויך די מהות פון די פיר גרופעס וואס "אינן מקבלות פני שכינה".
- די פערטע שער רעכנט אויס די סארטן כפרות וואס ווערן געפאדערט פאר פארשידענע עבירות. פארהאן עבירות וואס איז גענוג תשובה צו טון אויף זיי, עס זענען דא אזעלכע וואס מען דארף ווארטן ביז'ן פארגעבונג פון יום כיפור, אזעלכע וואס פאדערן אויך שמערצן, און עס איז דא אויך א עבירה וואס ווערט נישט פארגעבן נאר מיטן טויט. אין די שער איז דער מחבר מחדש, אז יום כיפור פארגעבט נישט אויף אלע עבירות.
אין צוגאב צו דעם האט רבינו יונה געשריבן א קורצע קונטרס מיטן נאמען "יסוד התשובה" וועלכע איז אזוי ווי א קליין וועג-ווייזער פאר איינער וואס טוט תשובה.
די ספר "שערי צדק"
ווי ערווענט, די ספר איז א איבערבלייבעניש פון א גרעסערן ספר מיטן נאמען "שערי צדק" וואס איז פארלוירן געגאנגען. ווי עס זעט אויס זענען דא נאך איבערבלייבענישן:
1. די ספר "יסוד היראה" (ווערט אויך אנגערופן ספר היראה) וואס אין מער הוצאות איז דאס א נספח צו שערי תשובה, דאס איז ווי עס זעט אויס "שער היראה" פון שערי צדק.
2. אין די באוואוסטע פירוש פון רבינו יונה אויף ספר משלי ערשיינען שטיקלעך פון "שערים" און עס זעט אויס אז די כוונה איז צו ציטאטן פון זיין ספר שערי צדק.
3. די ספר "שערי העבודה" (בני ברק תשכ"ז), איז לויטן טענה פונעם ארויסגעבער - רבי בנימין יהושע זילבער - פונעם פענע פון רבינו יונה, און איז נאך א טייל פונעם פארלוירענער ספר שערי צדק. דער ארויסגעבער טענה'ט אז די ספר האט זיין זון געטראפן אין א האנט שריפט. און שפעטערדיגע דרוק פונעם ספר ברענגט ער נאך ראיות אויף צו אידענטיפיצירן, און ווארפט אפ פארשידענע טענות אויף אים. רבי יעקב ישראל קנייבסקי האט געהאלטן אז די ספר איז נישט פארפאסט געווארן דורך רבנו יונה.[2] דאקעגן, ישראל משה תא-שמע האט געהאלטן אז די אידענטיפיקאציע איז יא באזירט און אוועקגעשטעלט, און די בעלות פון רבינו יונה אויפן חיבור איז א זיכערע.[3]
צו ליינען נאך
- יוסף ויכלדר, "ורבים השיב מעון", "המודיע" ט"ו אלול תשס"ו
אינדרוסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
טעקסט אויף וויקיביבליאטעק: שערי תשובה |
- ספר "שערי תשובה"
- סדרת שיעורים בשערי תשובה | הרב בועז שלום | אתר 'טעמו וראו'
- שערי תשובה, https://www.nli.org.il/he/books/NNL_ALEPH001762133/NLI, פאנו, שנת רס"ו, מתוך אוצר הספרים הסרוקים של הספריה הלאומית
רעפערענצן
- ↑ צום ביישפיל: רבי חסדאי קרשקש, "אור השם", מאמר ג חלק ב, כלל ב, פרק א
- ↑ "אורחות רבנו הקהילות יעקב" אז אזוי האט איבערגעגעבן זיין זון רבי חיים קנייבסקי.
- ↑ י"מ תא-שמע, "חסידות אשכנז בספרד: רבנו יונה גירונדי – האיש ופועלו", כנסת מחקרים, כרך ב: ספרד, מוסד ביאליק, ירושלים תשס"ד, עמ' 133 ועמ' 145–148.
קטעגאריע:ספרי מוסר קטעגאריע:ספרי המאה ה-13 קטעגאריע:ספרי מצוות קטעגאריע:המכלול: ערכים הנכללים בזים תורני
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער