שמועס:חודש

פון המכלול
ווערסיע פון 01:58, 31 אויגוסט 2023 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏הערות: נושא חדש (CD))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

לעצטע תגובה: פֿאַר 1 יאָר פון שווערמער אין די טעמע הערות
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הערות

עטליכע הערות:
א. די לעצטע קאפילט איז אביסל אומאקוראט. "בן חודש" איז פונקט ווי "בן שנה", וואס מיינט אז מען איז אנגעקומען צוריק צום זעלבן פלאץ אין חודש ווי ווען מען איז געבוירן. פדיון הבן איז א חידוש טאקע, און מען דארף עס ארויס ברענגען, אבער נאר פדיון הבן. אסאך פון די דגמאות דארט דערמאנען בכלל נישט "חודש", נאר "ל' יום" אדער "ירח ימים". ווי: נפל, נזיר יפת תואר.
ב. "א חודש דארף אבער אנטהאלטן א גאנצע צאל פון טעג, אן קיין רעשט פון שעות; יעדער חודש איז דעריבער לאנג 29 אדער דרייסיג טעג". דער "דעריבער איז נישט מוכח, אויך נישט די אנדייטונג אז א חודש איז געבויט צו זיין פון מולד צו מולד. ארגענעל איז א חודש פון ליל הראיה צום ליל הראיה, וואס זענען 'ביי דעפינישן' גאנצע טעג איינס פון צווייטן. דער מולד העלפט אפשאצן ווען ליל הראיה קען זיין (ע"ע מולד זקן). דער מהלך אינעם ארטיקל קען האבן א מקור - עס מוז אבער צוגעצייכנט ווערן, ווי אויך מוז דער אנדערע מהלכים אויך געברענגט ווערן.
ג. ליגט מיר אין קאפ אז א "חודש" האט ארגענעל געמיינט "ראש חודש", און שפעטער האט זיך עס געטוישט. [מקור פארלאנגט].
ד. אין מעסאטאפאמיע איז אויך געווען צוויי אלולו'ס אמאל.
נאך הערות (און פיזישע צופוץ...) וועט נאכפאלגען... שווערמער (שמועס) 01:58, 31 אויגוסט 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]