דרעפט:מה טובו

פון המכלול
ווערסיע פון 00:57, 5 יוני 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (באדיבות 'גוטע נקודה' דא: https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3728581#p3728581)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מה טובו

אין סידור רבי עמרם, פון ר' עמרם גאון זאגט ער אז איינער וואס קומט אריין אין בית הכנסת, זאל זאגן די צוויי פסוקים מה טובו...ואני ברוב חסדיך... און דאס האט קיין שייכות מיט תפילה, נאר אלץ כבוד בית הכנסת, און אזוי אויך ווען מען גייט ארויס פון בית הכנסת זאל מען זאגען דעם פסוק, ד' נחני בצדקתך למען שוררי הישר לפני דרכך: אזוי אויך שרייבט דער של"ה, אז דער סיבה פארוואס מען איז מפסיק צווישען זיך גיסען די האנט פארן דאווענען ביז מאכען דער על נטילת ידים מיטן זאגן מה טובו איז אלץ מורא מקדש, וז"ל, דודאי ראוי ונכון לכל אשר בשם ישראל יכונה בבואו לבית הכנסת שהוא מקדש מעט לקבל עליו מורא מקדש ולשבחו ולפארו. און אזוי שטייט אויך אין רבינו יונה ספר היראה, אז דער סיבה צו זאגן מה טובו איז אלץ מורא מקדש.

דער מהרי"ל אין סימן ק"נ (קס"א) לערנט פון דעם ארויס אז פסוקי שבח וריצוי מעג מען זאגן בעפאר ברכת התורה, (הגם להלכה איז דער רמ"א מחמיר) ווי באקאנט שרייבט דער מהרש"ל סימן ס"ד, אז ער האלט זיך אפ פון זאגן מה טובו, נאר ער הייבט אן ואני ברוב חסדיך, ווייל מה טובו איז א קללה וואס בלעם האט געשאלטן די אידן ממילא איז עס נישט כדאי. און אזוי שטייט אויך אין עמדין סידור. אונטרעסאנט איז אנצומערקען, אז דער מטה משה א תלמוד פון מהרש"ל ברענגט יא אראפ דאס זאגן מה טובו, און דערמאנט אפי' נישט דאס אז זיין רבי האט דאס נישט געזאגט. די אחרונים שפעטער פארענטפערען דער טענה פון מהרש"ל און שרייבן יא צו זאגן מה טובו.


ואני ברוב חסדך

דער מקור צו זאגן דער פסוק איז אין זוהר הק' פרשת ואתחנן דף רסה ע"א, און עס שטייט נישט דארט קיין טעם אויף דעם. אבער אויף א צווייטע פלאץ אין זוהר שטייט אז דער פסוק איז אנקעגען די אבות הק'. (דאס איז א גאנצער מחלוקה צווישען די מקובלים פונקטלעך וועלכע ווארט איז קעגן וועלכער פון די אבות און ווי אויך איז א גאנצער מדובר אויב דאס דארף מען זאגן מיט תפילין אדער אן תפילין מיר וועלן דאס איבערלאזן פאר די מקובלים דא.)


גאר אינטערעסאנט איז וואס שטייט אין ספר הפרדס פון רש"י, אז דער פסוק האט מען מתקן געווען דערמיט צו ציילן אויב עס איז דא מנין אין בית המדרש, אויף דעם שטייגער ווי מיר ציילן היינט הושיעה את עמך.


ד' אהבתי מעון ביתך

דער פסוק האב איך נישט געטראפען איינער זאל שרייבען א טעם דערצו, אבער נראה לי לומר אז דאס קומט פון די גמרא מגילה, אביי פלעגט פון אנהויב לערנען אינדערהיים, ביז ער האט געזעהן דעם פסוק ד' אהבתי.


ואני אשתחוה ואכרעה

אויף דעם האב איך נישט געזעהן קיינעם רעדן, און ווי אויך איז גוט אנצומערקען, אז דער פסוק איז אויפגעטוישט מלשון רבים ללשון יחיד, פון דאס וואס שטייט אין תהילים צ"ד, אויב איינער ווייסט פארוואס זאל ביטע מודיע זיין. דער של"ה שרייבט בשם דער מהרש"ל, אז ווען מען זאגט אשתחוה ואכרעה, זאל מען זיך ביקען ווייל אז נישט איז ער הוחזק כפרן, אזוי ווי ביי עלינו לשבח.


ואני תפלתי לך ד' עת רצון

דאס קומט פון סידור רש"י, אבער ביסודו האט מען דאס מתקן געווען שבת ביי מנחה, אזוי ווי עס שטייט אין מדרש, אז דוד המלך האט געזאגט פארן אויבערשטען, אלע גוים ווען זיי ענדיגען עסן און טרינקען ווערן זיי שיכור און הייבן אן זינגען סתם צולאזטערהייט, אבער מיר אידן קומען אין בית המדרש דאווענען. און פארדעם שרייבט דער טור אין הלכות יו"כ אז מען זאל דאס נישט זאגן ווייל מען פאסט דאך. דערפאר שרייבט דער מהרש"ל נישט צו זאגן דעם פסוק יעדן אינדערפרי, וויבאלד דער תקנה דאס צו זאגן איז דוקא שבת "נאכן עסן". אבער לעניית דעתי קען מען זאגן דער טעם פארוואס מיר זאגן דאס יא, איז וויבאלד חז"ל דרש'ענען אין ברכות ח. פון דעם פסוק אז ווען איז אן עת רצון, דעמאלט ווען דער ציבור דאווענט.


בבית אלקים נהלך ברגש אין מגן אברהם ברענגט ער פון אר"י הק' צו זאגן דעם פסוק ווען מען קומט אריין אין בית המדרש, און אזוי שטייט אויך אין סידור ר' שבתי (מראשקוב)