בית אחאב

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בית אחאב
מדינה מלכות ישראל
מלכות יהודה
מייסד עמרי
השליט האחרון יורם (ישראל)
עתליהו (יהודה)
תאריך ייסוד ג'י"א
תאריך התפזרות ג'נ"ה

בית אחאב (אדער בית עמרי, אכדיש: 𒂍𒄷𒌝𒊑𒄿, "בִּת חוּמרִי") איז געווען די דריטע, מאכטפולסטע און זינדיגסטע פון די זיבן דינאסטיעס וואס האבן געהערשט איבער מלכות ישראל. דער דינאסטיע איז געגרינדעט געווארן דורך עמרי, אבער ווערט אנגערופן אין תנ"ך אויפן נאמען פון זיין זון אחאב, וואס איז געווען פאראנטווארטליך סיי אויף איר מאכט און סיי אויף איר זינדיגקייט. פון בית אחאב האבן געקעניגט אויף מלכות ישראל פיר קעניגן, און אויף מלכות יהודה איין קעניגין, עתליה.

געשיכטע

גרינדונג און אויפבליה

אנגעבליכע חורבות פון דער פאלאץ פון מלכות ישראל אין שומרון

אין יאר ג'י"א האט זמרי, א קנעכט פון אלה בן בעשא, אומגעברענגט זיין האר אין תרצה, און זיך געקרוינט אלס מלך ישראל. דאס פאלק איז אבער נישט געווען אינטערעסירט אין זמרי'ס קעניגרייך און זיך געקליבן אן אנדערן: טייל האבן אויסגעקליבן עמרי, א גענעראל אין מלכות ישראל, און טייל האבן געקרוינט תבני בן גינת. נאך א פינף יעריגע קריגעריי האט עמרי געזיגט איבער תבני'ן און געווארן פולקאמער קעניג[1].

עמרי האט אויפגעבויט דעם שטאט שומרון און איר געמאכט די הויפטשטאט פון מלכות ישראל[1]; ער האט איינגענומען מואב און זיי אונטערטעניגט צו זיך[2], און שלום געמאכט מיט מלכות יהודה נעמענדיג יהושפט פאר אן איידעם. עמרי'ס זון אחאב האט נאכמער פארשטערקערט די קעניגרייך, ער האט אויפגעבויט אין שומרון א "בית השן" (א פאלאץ באצירט מיט עלעפאנט ביינער[3]), ער האט געהייראט איזבל די טאכטער פון אתבעל דער קעניג פון צידון[4], און חתונה געמאכט זיין טאכטער עתליהו מיט יהורם בן יהושפט. חז"ל זאגן אז אחאב איז געווען א "מושל בכיפה" – ער האט געקעניגט איבער די גאנצע וועלט[5].

אחאב האט זיך אנגעשלאסן אין דער פאקט פון צוועלף קעניגרייכן קעגן אשור, און געשפילט א גרויסע ראלע ביי די קרקר שלאכט (עב')[6]. די קעניגן פון בית אחאב האבן כסדר מלחמה געהאלטן מיט ארם; ביי איינע פון די מלחמות איז אחאב אומגעברענגט געווארן[7], און די פארלוסטן ביי אן אנדערע האבן געברענגט אן ענדע צום דינאסטיע.

אונטערגאנג און נאכווירקן

ביי די לעצטע מלחמה פון בית אחאב קעגן ארם, האט אלישע הנביא געשיקט איינער פון זיינע תלמידים, יונה הנביא, צו יהוא בן נמשי, דער גענעראל פון מלכות ישראל, ער זאל אים זאלבן אלס מלך ישראל און דערביי אים הייסן אויס'הרג'נען בית אחאב אלס שטראף פאר זייער זינד. יהוא האט געפאלגט; ער האט פארלאזט דעם פראנט אין רמות גלעד און געגאנגען קיין יזרעאל וואו דער קעניג יורם האט געוויילט זיך צו היילן פון די וואונדן וואס ער האט באקומען אויפן פראנט. זיין פלומעניק אחזיהו מלך יהודה איז דארט געווען אים צו באזוכן, און יהוא האט געכאפט די צוויי קעניגן אין איבערראשונג און זיי גע'הרג'עט[8].

אויך נאך וואס בית אחאב איז אונטערגעגאנען אין מלכות ישראל, איז געבליבן דערפון עפעס דווקא ביי מלכות יהודה. אין די זעלבע צייט וואס יהוא איז געקרוינט געווארן אלס מלך ישראל, האט עתליה די טאכטער פון אחאב פארכאפט די מלוכה אין יהודה און עס אנגעהאלטן פאר זעקס יאר[9]. יהואש איר נאכפאלגער איז געווען פון בית דוד, אבער פון זיין טאטן'ס מאמע'ס זייט איז ער געווען אן אייניקל פון אחאב. עס זענען דא וואס שפעקולירן אז יהוא בן נמשי איז אויך געווען אן אייניקל פון עמרי פון זיינס א צווייטע זון, א ברודער פון אחאב[10].

אן אויסדרוק פון בית אחאב'ס מאכט איז דער פאקט אז "עמרי" איז לאנגע יארן פארבליבן א טיטל פאר מלכות ישראל. איבער הונדערט יאר נאך וואס בית אחאב איז שוין אונטערגעגאנגען, האבן תגלת פלאסר און סרגון, די קעניגן פון אשור, זיך באצויגן אין זייערע מאנומענטן צו שומרון אלס "די לאנד פון עמרי".

עבודה זרה

ווי אלע מלכי ישראל, האבן די קעניגן פון בית אחאב געדינט די עגלים וואס ירבעם בן נבט האט אוועק געשטעלט אין דן און אין בית אל. זייער זינד איז אבער הארבער געווארן ווען אחאב האט געהייראט איזבל, די פרינצעסין פון צידון, און אנגעהויבן דינען דעם בעל, דער אפגאט פון די צידונים. אחאב האט געבויט פארן בעל א טעמפל אין שומרון[1], ער האט זיך געראטן מיט די נביאי הבעל, און איזבל האט פרובירט אויסצו'הרג'ענען אלע נביאי ה'[11]. אליהו הנביא און זיין תלמיד אלישע האבן געקעמפט קעגן דאס דינען דעם בעל, און דער קאנפליקט איז געקומען צו א קלימאקס ביי דער מעמד אויף הר הכרמל (עב')[12]. ווי די נביאים האבן געווארנט, איז די דינאסטיע אונטערגאנגען צוליב די זינד פון בית אחאב[8].

קעניגן ליסטע

פאלגנד איז א ליסטע פון די קעניגן פון בית אחאב, מיט די יארן פון זייער קעניגרייך. צוערשט די צאל יארן וואס דער קעניג האט געקעניגט, דער יאר למלך יהודה ווען ער האט אנגעהויבן קעניגן, און די אידישע יארן לויט די חשבונות אין סדר עולם[13].

דערנאך, אלס רעפערענץ צו די עפאכע אין די אלגעמיינע היסטאריאגראפיע, ווערן געברענגט די אלגעמיינע דאטומען (בעפאר ציווילע רעכענונג) ווי זיי זענען באקאנט אין די אלגעמיינע וועלט. עס זענען פארהאן דערוועגן מערערע מיינונגען צווישן פארשער; גאנגבאר זענען די פון וויליאם אלברייט[14], עדווין טיילע[15], גרשון גליל[16] און קענעט קיטשן[17].

עס איז אנגעמערקט געווארן אז אין די צייטן פון בית אחאב האט מען ארייינגערעכנט די קרוינונגס יאר אין די סך הכל יארן פונעם קעניג, דאס מיינט אז די צאל יארן פון אלע קעניגן זענען געווען "מקוטעות".

מלכי בית אחאב
קעניג צאל יארן אין פסוק מצודות אלברייט טיילע גליל קיטשן פטירה
עמרי 12 כ"ז לאסא[18] ג'י"א-ג'כ"ב 876-879 885-874 886-875 886–875 געשטארבן נאטורליך
אחאב בן עמרי 22 ל"ח לאסא[19] ג'כ"ב-ג'מ"ג 869-850 874-853 873-852 875-853 פארוואונדעט געווארן פון א פליענדע פייל, געשטארבן אנקומענדיג קיין שומרון
אחזיה בן אחאב 2 י"ז ליהושפט[20] ג'מ"ג-ג'מ"ד 850-849 853-852 852-851 853-852 געפאלן פון א פענסטער אויפן בוידעם
יורם בן אחאב 12 י"ח ליהושפט[21] ג'מ"ד-ג'נ"ה 849-842 852-841 851-842 852-841 גע'הרג'עט געווארן דורך יהוא בן נמשי
עתליה בת עמרי 6 (שטייט נישט קלאר) ג'נ"ו-ג'ס"א 842-837 841-835 842-835 841-835 אומגעברענגט דורך מיליטערלייט געשיקט דורך יהוידע כהן גדול
פאמיליע בוים פון די קעניגן פון בית אחאב


 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
עמרי מלך ישראל
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
יהושפט בן אסא מלך יהודה
 
בת עמרי
 
 
 
אחאב בן עמרי מלך ישראל
 
איזבל בת אתבעל מלך צידונים
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
יהורם בן יהושפט מלך יהודה
 
עתליהו בת אחאב מלכת יהודה
 
אחזיה בן אחאב מלך ישראל
 
יורם בן אחאב מלך ישראל
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
אחזיהו בן יהורם מלך יהודה
 
יהושבע בת יהורם
 
יהוידע כהן גדול
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
יהואש בן אחזיהו מלך יהודה
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
מלכי יהודה
 
מלכי ישראל
 


עתליהויהורם בן אחאבאחזיהו בו אחאבאחאבעמרי

ארכעאלאגיע

פון בית אחאב איז געבליבן א היבשע צאל ארכעאלאגישע איבערבלייבענישן. אין שומרון האט זיך אפירגעזוכט א פאלאץ באצירט מיט סקולפטורן פון עלעפאנט ביינער, ווארשיינליך דער "בית השן"[22]. מען האט דארט אויך געטראפן א הייל פון קברים, וואס טייל נעמען אן אלס די קברים פון עמרי און אחאב[23].

אויך אין קעניגליכע מאנומענטן פון אנדערע פעלקער זענען פארבליבן ארכעאלאגישע שפורן פון בית אחאב. דער מישע מאנומענט (עב') האט אן אויפשריפט אין וואס מישע מלך מואב דערציילט ווי אזוי עמרי און זיין זון האבן אים אונטערדרוקט, און ער גרויסט זיך מיט זיין זיג איבער זיי[2]. אין דער תל דן אויפשריפט (עב'), אנגענומען צו זיין פון חזאל מלך ארם, גרויסט זיך דער שרייבער מיט זיינע געווינסן איבער די אידישע קעניגן[24]. אין דער מאנאליט פון כורח (עב') באריכטעט שלמנאסר איבער דער קרקר שלאכט (עב') אין וואס אחאב האט געשפילט א גרויסע ראלע[6].

ערווענונגען פון "בית עמרי" דורך אשור

אין די פאלגנדע טאבעלע זענען אויסגערעכנט ווען און וואו "בית עמרי" אדער "דאס לאנד פון עמרי" ווערט ערווענט אין אשור'ישע קוועלער[25].

קעניג אויפשריפט יאר בצ"ר טראנסליטעראציע איבערזעצונג
שלמנאסר 3 שווארצע אבעליסק (עב') און נאך 841 מַר חוּמרִי "דאס הויז פון עמרי"
אדד-נירארי 3 נמרוד שטיין 803 כּוּר בִּית חוּמרִי "דאס לאנד פון דאס הויז פון עמרי"
תגלת פלאסר 3 שטיקלעך פון די אנאלן 731 כּוּר אִי חוּמרִי "דאס לאנד פון עמרי"
סרגון 2 פאלאץ טיר און נאך 720 מַת כּוּר בִּית חוּמרִי "דאס גאנצע לאנד פון דאס הויז פון עמרי"

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 מלכים א' טז
  2. 2.0 2.1 מציבת מישע (עב'), געברענגט אין:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    זאב וילנאי, מדריך ארץ ישראל, ירושלין, תש"ו, זייט 111
  3. מלכים א' כב, לט, און רש"י אויפן ארט
  4. מלכים א' טז, לא
  5. מגילה יא, א, פרקי דרבי אליעזר פרק יא
  6. 6.0 6.1
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יהודה קיל, יהודה אליצור, אטלס דעת מקרא, ירושלים, תשנ"ח, זייט 256
  7. מלכים א' כב, לד
  8. 8.0 8.1 מלכים ב' ט
  9. מלכים ב' יא
  10. א' ברוכי-אונא, 'בית עמרי, בית אחאב ובית יהוא: קרבת דם וקרבות דמים בית מקרא נח (ב) (תשע"ג), זייט 5-30
  11. מלכים א' יח, ד
  12. מלכים א' יז און ווייטער; מלכים ב' א און ווייטער
  13. די ליסטע איז באזירט אויף אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסורת, תל אביב, תש"ג
  14. W. F. Albright, The Archaeology of Palestine (Harmonds worth: Penguin, 1949)
  15. Edwin Thiele, The Mysterious Numbers of the Hebrew Kings, (1st ed.; New York: Macmillan, 1951; 2d ed.; Grand Rapids: Eerdmans, 1965; 3rd ed.; Grand Rapids: Zondervan/Kregel, 1983).
  16. Galil, Gershon (1996). The Chronology of the Kings of Israel and Judah.
  17. On the Reliability of the Old Testament (2003) by Kenneth Kitchen. Grand Rapids and Cambridge: William B. Eerdmans Publishing Company.
  18. מלכים א' טז, טו
  19. מלכים א' טז, כט
  20. מלכים א' כב, נב
  21. מלכים ב' ג, א
  22. זעט:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יהודה קיל, יהודה אליצור, אטלס דעת מקרא, ירושלים, תשנ"ח, זייט 256
  23. Norma Franklin, Lost Tombs of the Israelite Kings, Biblical Archaeology Review, July-August 2007
  24. Hallvard Hagelia, "Philological Issues in the Tel Dan Inscription," in Lutz Edzard and Jan Retso, eds., Current Issues in the Analysis of Semitic Grammar and Lexicon, Harrassowitz, 2005, 235.
  25. Kelle, Brad (2002), "What's in a Name? Neo-Assyrian Designations for the Northern Kingdom and Their Implications for Israelite History and Biblical Interpretation", Journal of Biblical Literature, 121 (4): 639–666