רבי יצחק פון דראהאביטש

פון המכלול
ווערסיע פון 07:10, 14 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏ביאגראפיע: הגהה, אויסדרוק, אינערליכע פארבינדונגען)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יצחק פון דראהאביטש (נפטר ז' ניסן ה'תק"י) איז געווען א מגיד מישרים, פון די ערשטע און די גרעסטע תלמידים פון דער בעל שם טוב, און איז געווארן אנגערופן א "תלמיד חבר" זיינער. ער איז געווען דער פאטער פון זלאטשוב'ער מגיד.

ביאגראפיע

געבוירן [1] צו רבי יוסף ספראווידליווער פון פיסטין, וואס איז גערופן געווארן מיטן טיטל "רבי יוסף איש אמת", און צו יענטא וואס איז גערופן געווארן מיטן טיטל "יענטא הנביאה". אין יוגנט האט ער געדינט אלס מגיד מישרים אין אוסטראה, ווען דאן איז ער נאך געווען א מתנגד צו חסידות, אבער אין די תקופה וואס ער האט געדינט אין דראהביטש איז ער געווארן א תלמיד פון דער בעל שם טוב צוליב א מעשה שהיה[2].

אין דראהביטש האט דאן געדינט אלס רב רבי יצחק האמבורגער, און רבי יצחק פון דראהאביטש האט געדינט אלס דיין און אלס מגיד מישרים. טראץ וואס זיי זענען געגאנגען אויף אנדערע וועגן (רבי איציקל האמבורגער איז געווען א מתנגד, און רבי יצחק פון דראהביטש האט געהערט צו די חסידים), האט געהערשט צווישן זיי א ליבשאפט.

אין זיינע לעצטע יארן האט ער געדינט אלס מגיד אין ארכעוו, וואו ער איז אויך דארט אוועק אין ז' ניסן ה'תק"י, און איז דארט באערדיגט.

דערנענטערט זיך צו חסידות

ס'ווערט ערציילט[3] אז ער פלעגט יעדן נאכט ביי קריאת שמע שעל המיטה זאגן די פסוק "בידך אפקיד רוחי" (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".תהלים לא, ו) און איז גלייך אנטשלאפן געווארן, און אויב האט זיך געמאכט און ער איז נישט אנטשלאפן געווארן גלייך האט ער געוויסט אז דאס איז צוליב וואס ער האט עפעס געזינדיגט די טאג, און ער דארף תשובה טוהן דערויף. איינמאהל-שוין וואינענדיג אין דראהביטש, האט זיך געמאכט אזוי, און ער האט זיך ארומגעקווענקלט אדורכטראכטנדיג זיינע מעשים, און האט נישט געפונען גארנישט, ביז ער האט זיך דערמאנט אז ער האט געהערט ליצנות רייד איבער דעם בעל שם טוב, און ער האט נישט מוחה געווען דערויף,, האט ער זיך גלייך אויפגעהויבן און געפארן קיין מעז'יבוז אים מפייס צו זיין, אזוי האט ער צומארגנס געדאוונט אין בית המדרש אינאיינעם מיטן בעש"ט, און ביי קריאת התורה האט דער בעש"ט אים ארויפגערופן צום ספר תורה (טראץ דעם וואס ער האט נישט געקענט בעפאר) מיטן טיטל "מורה מורינו רבי יצחק ב"ר יוסף", און האט אים דערנאך געזאגט:"מורי ורבי האט זיך צולייכט אויפן בעש"ט, און איז געפארן אזא וועג, דער בעש"ט איז אים מוחל בלב שלם". און נאך די מעשה איז ער שוין געבליבן א תלמיד פון די בעש"ט.

אזוי אויך איז מקובל[4] אז צום ערשטן מאהל וואס ער איז געקומען צום בעש"ט האט ער געהייסן אים זייער מכבד זיין, זאגנדיג, אז ער האט באקומען פון הימל גאר א נידריגן נשמה, און האט דאס דערהויבן ביז צום מעלה פון רבי שמעון בר יוחאי.

זיין זוהן רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב האט געזאגט, אז אין יעדן טאג איז מען מכבד אדער אים אדער זיין טאטן זאגן א דרשה און א געוויסן היכל אין גן עדן, איין טאג זיין טאטן, נאכוואס ער איז די טאטע פון רבי יחיאל מיכל, און איין טאג אים, נאכוואס ער איז דער זוהן פון רבי יצחק[5].

צו ליינען מער

  • מכון ברכת יוסף, זיכרון לראשונים, (כתבי רבי משה חיים קליינמן), אשדוד תשס"ט, זייטן יז - לח.

דרויסנדע לינקס


רעפערענצן

  1. געבורטס יאר איז נישט באקאנט
  2. ווי ס'ווערט דא געברענגט
  3. נתיב מצוותיך, נתיב היחוד שביל ד' אות ד'.
  4. אגרא דפרקא אות כט.
  5. התגלות הצדיקים דף כג.
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער