רוי:עצור כאן חושבים

פון המכלול
ווערסיע פון 07:51, 13 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עצור כאן חושבים (דער אפטייטש איז, "האַלט! דא טראכט מען"), איז דער נאמען פון דעם הייד פארק פארום, וואו אידישע אינטעלעקטועלע תלמידי חכמים זיצן צוזאמען און לערנען די יסודות פון אונזער אמונה, תורה, מסורה און השקפה.

דער פארום האט זיך געעפנט אין יאר 2002 - זומער תשס"ב - דורך א גרופע חרדים וואס האט זיך קעגנגעשטעלט דער גאס מצוות-אנשים-מלומדה שטייגער אידישקייט.

די ערשטע מאטיוויציע און רוח החיים פונעם פארום איז געקומען פון די תלמידים פון ר' אהרן מילער, "תלמיד חכם" און גאון וועלכער באהערשט זיבן שפראכן און איז א שטארק געלערנטער פילאזאף. דער פארום איז געגרינדעט געווארן לכבודו - נאכדעם וואס אפאר "קנאים" האבען אים גע'רודפ'ט [1] - דורך זיינע תלמידים ובראשם ווטו1, וואס איז געווען דער מנהל יחיד במשך תשעה ירחי לידה [2].

הרב מילר איז א תלמיד פון הרב גדליה נאדעל ז"ל דער תלמיד חביב פונעם חזון איש [3] און געוועזענער ראש ישיבת וויזשניץ, וועלכער איז אויך געווען שטארק קאנטראווערסיאל. הרב מילר גייט אין זיינע דרכים, ויש אומרים בתוספת נופך. זיינע צוויי ערשטע זין זענען איידעמס ביי צוויי זין פון ר' גדליה ז"ל.

פון זיינע תלמידים, בעיקר ווטו1 און יהוסף, זענען עוסק אין זיין תורה [4] אויך מעל דפי הפארום וואס באשטייט אין דעם וואס די גאנצע פילאזאפיע, פסיכאלאגיע און דת אויף די וועלט, איז באזירט ביסודו אויף איין אידעע פון דעם רצון צו איינהייט און צוזאמען-פאסיגהייט (אחדות הויה והתאמה), ואידך זיל גמור, אין דעם רצון השם וואס איז אויסגעדריקט אין תורת משה.

איין ווערדפולער כאראקטער פון יענעם פארום איז "מיימוני", מנהל משנה און מיטגרינדער פון אנפאנג און היינט חבר ההנהלה המשותפת, א סאלידער ליבעראלער תלמיד חכם, א חרדי מתחזק מתלמידי הרב נאדל רופט ער זיך, און ער רורט זיך נישט אן ציטירן דעם רמב"ם; ער לעבט מיטן רמב"ם און זיין ראציאנאלן צוגאנג צו פארשטיין אלעס מיטן אייגענעם שכל. ער קעמפט און לייקנט שטענדיג די אמת'דיגקייט פונעם ספר הזוהר. וויבאלד ער וויל אבער פארבלייבן אינעם חרדישן לעבנסשטייגער אין בני ברק, פארבלייבט ער באהאלטן אינטער זיין ניק, און ער זאגט נישט אפן ארויס ווער ער איז.

אויך איז דארטן דא זייער א שארפער פאפולערער שרייבער "רב סיינפלד", וואס האט איבערגענומען די הנהלה פון ווטו למען הרבות ספסלי בית המדרש. ער איז א ליטווישער מגזע היחס, א תורה ודעת תלמיד פון אמעריקע און שרייבט אסאך מאל אין ענגליש אטאקירענדיג די ארץ ישראל'דיגע לעבן אז מען ארבייט נישט און אזוי ווייטער. ער איז זייער שארף דעריבער גאר אינטערסאנט צו ליינען. מיט די יארן ס'איז מפורסם געווארן אז זיינע נאמען איז זלמן יהושע סאראצקין. ער איז א רויטער. ער פלעגט וואויינען אין טעלזסטאן לעבן ירושלים, און היינט איז ער אין לאנדאן און ארבעט ווי אן אדוואקאט.

"מציץ ונפגע" איז אויך א אינטערסאנטער שרייבער, און א גרויסער תלמיד חכם, ער איז א נטורי קרתא'ניק און ער נעמט זיך טאקע דארטן אייביג זייער שיין אן פאר דעם סאטמארערא קנאות. זיין נאמען איז יואל גראמען, און ער פלעגט וואויינען אין ווארשעווער הייזער אין ירושלים. מיט די יארן איז ער געווארן א דאקטער אין מאטעמאטיקע און האט באקומט א שטעלע אין דער העברעישע אוניווערסיטעט.

במשך דער צייט איז צוגעקומען נאך א מנהל משנה מיטן ניק: קעלעמר, גאר א שארפער און א כאריזמאטישער דמות. ער אינטערעסירט זיך שטארק אין די יידישע קולטור וואס ווערט צוביסלאך פארגעסן סיי פון די חרדים און סיי פון די ציונים. דאס ביסל יידיש אין דעם פורום קען מען זוקף זיין לזכותו אין דעם אשכול פון יידישע לידער.

איינער פון די גרעסטע און חשובסטע שרייבערס פון דער פארום שוין צוועלעף יארן איז זייער א גרויסער תלמיד חכם וואס הייסט ר' ישראל נתנאל רובין שליט"א. 'מיימוני' פלעגט אים הייסן 'הגרי"ן", און ס'זענען דא אזעלכע וואס האלטן אז ער איז משיח.[1]

בכלל, ס'זענען געווען עטליכע גרופעס אין עצכ"ח: א גרופע פון חבד"צקער, א גרופע פון מזרחניקעס, א גרופע פון רעפארמער, א גרופע פון שנה ופירשניקעס און סתם פרייער, א גרופע פון אקאדעמיקערס, א גרופע פון סתם חרדים, און פארשטענדליך די גרופע פון ר' גדליה נאדל'ס און ר' אהרן מילער'ס תלמידים. פון רוב גרופעס היינט איז קיינעם נישט געבליבן, אבער לאמיר רעדן כסדר פון יעדן גרופע.

די פירער פון די חב"דצקער גרופע זענען געווען "הלבן" און "מסתברא", וואס האט געהאט אויך א צווייטן ניק, "אתנחתא". "הלבן" איז שלום בער לעווין, דער מנהל פון דער ליובאוויטשער ביבליאטעק אין ברוקלין, ניו יארק. "אתנחתא" איז נחום גרינוואלד, וואס איז געבוירן געווארן ווי א פאפער-סאטמערער חסיד, און געווארן ליובאוויטשער. ער וואויינט אין לעיקוואד. ביידע לעווין און גרינוואלד האבן געשריבן אין עצכ"ח א פאר יארן, ביז ס'איז געקומען דארטן ר' ישראל נתנאל רובין, און נאך א קריג פון א פאר חדשים זיי ביידע אנטלויפן אן קיין הויזן, מיט די אלע אנדערע חב"דצקער וואס פלעגן שרייבן אין עצכ"ח.

ר' ישראל נתנאל רובין האט באוויזן בטוב טעם ודעת, אז די גאנצע שיטה פון חב"ד איז איין גרויסער ליגן. ער האט געפראוועט ליצנות פון חב"ד'ס טעאלאגיע אין דער נושא פון נמנע הנמנעות, און פון זייער שיטה אז ס'איז דא א השגחה פרטית אויך אויפן חי צומח דומם, היפך ווי דעם רמב"ם ז"ל. ער האט געמאכט חוזק פון חב"ד'ס מנהגים נישט דעקארירן די סוכה און נישט לייגן תבלין אינעם חרוסת, און פון די אלע אנדערע שטותים זייערע. ער האט געטענעט, אז זייער רבי איז א משיח שקר. נישט דער ליובאוויטשער רבי איז משיח נאר ער, ר' ישראל נתנאל רובין, אליין, און ער האט געברענגט שטארקע אייזענע ראיות צו דעם. די חב"דצקער האבן געהאט גארנישט צו ענטפערן, און די אלע אנדערע חברים דארטן האבן שרעקלעך געלאכט פון זיי, עהרנדיק די קלארע טענות פון ר' ישראל נתנאל רובין און זיינדיק מסכים מיט אים אז ער איז משיח, און דער ליובאוויטשער מעג זיין א סגן פון אים. צום סוף האבן די אלע חבד"צקער אנטלויפט פון עצכ"ח אין זייער גאטקעס, און היינט ס'איז נישט געבליבן דארטן אפילו איין שרייבער חב"דצקער.

פון די גרופע פון מזרחניקעס קען מען דערמאנען איינער וואס שרייבט אונטער צוויי הויפט ניקן, "אריק123" און "בעל בעמיו". זיין אמתער נאמען איז אריה שטערן. ער איז א תלמיד פון ר' צבי יהודה קוק, און ער פלעגט ברענגען דארטן די השקפות זיינע. אנדערע מזרחניק דארטן מיט א ביסל באזונדערן שיטה איז "מואדיב", וואס איז אויך געווען מנהל דארטן א תקופה. זיין אמתער נאמען איז ברק גנות (גאנאט), און ער איז א ברודער פונעם באוווסטער מזרחישער זשורנאליסט גונן גנות. ער וואויינט אין נוה דניאל, א יישוב לעבן ירושלים. ער איז פון ישיבת גוש עציון, א תלמיד פון ר' יהודה עמיטל און ר' אהרן ליכטענשטיין. שטערן און גנות זענען ביידע די מנהיגים פון די מזרחישע גרופע אין עצכ"ח. ר' ישראל נתנאל רובין הנזכר פלעגט זיי געבן אין די ציין אריין און באווייזן אלע, אז די שיטה פון מזרחי איז שקר וכזב. זיי ווערן אלע מאל זייער אויפגערעקט, און דער מנהל האט רחמנות אויף זיי און ער מעקט אויס אלעס וואס ר' ישראל נתנאל רובין שרייבט, אבער האמת עד לעצמו.

פון די שנה ופירשניקעס' גרופע, ס'איז געווען דער באוווסטער ירון ידען, א ספרדישער פון טבריה וואס איז געווארן א חרדי און ווידער געווארן אן אפיקורס און מסית ומדיח. ער פלעגט שרייבן אונטער זיין אמתער נאמען. אנדערער איז אהרן ראז. ער איז געווען א בעלזער בחור, וואס פלעגט ליינען אין זיין צימער אין בעלזער ישיבה טרף ביכער. די בעלזער האבן זיך געשפילט גרויסע מבינים אין חינוך און כביכול ליבעראלע מענטשן, און האבן אים געלאזט ליינען די אלע טרפניאעקעס אין א פריוואטע צימער אין ישיבה, מיינען אז מיט דער צייט וועט ער דאס אוועק לאזן און ער וועט בלייבן א גוטער חסידישער בחור, מיט א גארטל אויף דער הינטן און אן איידעלער שמעק פון מי רגליים פון מקווה. אבער איין טאג איז ער געגאנגען צום טעלעוויזיע און האט זיי דערציילט אז ער איז אן אפיקורס אין א חסידישער ישיבה. דען בעלז האט שוין נישט געהאט א ברירה און זיי האבן אים ארויסגעווארפן. ראז פלעגט שרייבן אונטערן ניק 'שמרן100'. אנדערער שנה ופירשניק דארטן איז געווען איינער, ישראל עליאך, וואס וואויינט היינט אין מודיעין. ער האט אנגעהויבן ווי א כולל יונגערמאן, און פלעגט שרייבן זיינע קושיות אין תנ"ך אונטער דער ניק 'מקרא'. מיט דער צייט איז ער געווארן אפיקורס גמור און מחלל שבת, און זיין פרוי האט גענדערט צו הויזן און קורצע ערבלעך ווי א פרייע חזירטע.[2]

פון די אקאדעמיקע שרייבערס מ'קען צייכן נדב שנערב, א פראפעסאר אויף פיזיק אין בר-אילן אוניווערסיטעט, וואס איז אויך א תלמיד חכם וואס האט סמיכה. ער האט אויך געשריבן א שיינער ספר אויף די פרשה, "קרן זוית". אויך געשריבן א רעצענאזיע אינעם פאפולארישער בלאט 'מקור ראשון' וועגן ר' ישראל נתנאל רובין'ס בוך אין פילאזאפיע און חקירת אלוקות, "מה שאלקים לא יכול" (וואס גאט קען נישט).[3]

דער פארום איז געבויט אויף פילאזאפיע, וואס דער הייליגער גר"א מיט נאך אידישע פירער לאורך כל הדורות האבן גע'אסר'ט זיך צו פארטיפן ווייל עס מאכט שוואך די אמונה פון פשוטי המון עם. זיי אבער טענהן אז זיי גייען בדרך הרמב"ם און אז היינט איז נישט דא קיין אנדערער וועג כדי שתתקבל פנימיות התורה בלבבות אחב"י.

די כותבי הפארום, שביניהם באקאנטע רבנים און פראפעסארן מכל חלקי היהדות סיי חרידיש סיי לאומי, זענען טאקע קענטליך אלס גאר שטארקע תלמידי חכמים וואס האבן זיך אנגעפיהלט כריסם בש"ס ופוסקים. ממילא פארשטייט זיך דאס זיי מעגן יא אריינקריכען אין די טיעפע פילאזאפיעס און עס איז א בחינה פון א מצווה פון לימוד התורה און פון והלכת בדרכיו און וידעת היום והשבות על לבבך און נאך פילע פליכטן דורכאויס די תורה ווי מ'זעהט אז עס א יסוד אין אידישקייט לדעת את ה'.

עס איז דא צוויי פארומען, איינס אין העבערעיש און דאס צווייטע אין ענגליש.

רעפערענצן

  1. אזוי האט מען געהערט אויך פונעם ריבניצער רבי זצ"ל און אויך פון הגאון ר' שמואל אויערבאך זצ"ל פון ירושלים.
  2. זעט דא: http://www.mnews.co.il/stories/5218
  3. https://musaf-shabbat.com/2017/04/30/לברוא-אבן-ולהרים-נדב-שנרב/

מוסטער:הייד פארק

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!