עוויאן קאנפערענץ
דער עוויאן קאנפערענץ איז געווען א צוזאמקום אין שטאט עוויאן, פראנקרייך, דורכאויס די טעג 6-15 יולי 1938, צו אדרעסירן די פראבלעם פון די דייטשע און עסטרייכישע אידישע און אנטי-נאציסטישע פליטים, וואס זענען אנטלאפן פון די פארפאלגונגען דורך נאצי דייטשלאנד. דער קאנפערענץ האט זיך געענדיגט אן רעזולטאטן, און אויסער אנהאלטן די פריערדיגע צאל ערלויבטע פליטים אין לאנד האט קיין איין לאנד אויסער די דאמיניקען רעפובליק נישט איינגעגאנגען צו העכערן די צאל פליטים.
הונטערגרונט
פון ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט אין יאנואר 1933, זענען די רדיפות קעגן די איבער האלב-מליאן דייטשע אידן כסדר ערגער געווארן ברענגנדיג טויזנטער צו אנטלויפן צו דערנעבנדע לענדער און קיין ארץ ישראל. די נירנבערג געזעצן געשאפן אום 1935 האבן אוועקגענומען די בירגערשאפט פון די פארפאלגטע אידן וואס האט געברענגט נאך טויזנטער צו פארלאזן אדער פארשיקט ווערן פון דייטשלאנד. מיט די "אנשלוס" אין 1938, ווען דייטשלאנד האט אנעקסירט עסטרייך, זענען צוגעקומען נאך 200,000 בירגערלאזע אידן. ביז 1938 זענען ארום 150,00 אידן אנטלאפן פון דייטשלאנד[1][2]. די פארלאנג צו עמיגרירן צו פארזיכערטע לענדער איז געשטיגן און געשאפן א קריזיס, ווען די לענדער איבער די וועלט האבן נישט געוואלט נאכקומען די גרויסע פארלאנג פאר אזיל רעכטן.
אמעריקא האט אריינגענומען טויזנטער אידן, אבער גאר איינגעצוימט אין איינקלאנג מיט אירע שטרענגע אימיגראציע קוואטעס געשאפן צוליב די גרויסע דעפרעסיע. דער אמעריקאנער פרעזידענט פרענקלין רוזעוועלט איז געקומען אונטער שטייגנדע דרוק צו העכערן די אימיגראציע קוואטעס און אננעמען מער פליטים. רוזעוועלט וועלכע האט נישט געוואלט איינגיין דערויף, און דערפאר פאררופן דעם עוויאן קאנפערענץ, מיט'ן ציל צו ברענגען אנדערע לענדער זאלן זיך אונטערנעמען צו אנטייל נעמען און אריינלאזן די פליטים, און אראפנעמען די דרוק פון אים, און צו צייגן די וועלט אז אמעריקא זארגט זיך פאר די וואוילזיין פון די אידן[3].
דער קאנפערענץ
רעפערענצן
- ↑ אידישע פליטים פון דייטשלאנד 1933-1939 אויף די וואשינגטאן מוזיאום וועבזייטל.
- ↑ Michael Blakeney, "Proposals for a Jewish Colony in Australia: 1938-1948." Jewish Social Studies 46.3/4 (1984): 277-292 online.
- ↑ Allen Wells (2009). Tropical Zion : General Trujillo, FDR, and the Jews of Sosua. Duke University Press. pp. 6–8. ISBN 978-0-8223-4407-0.
קאַטעגאָריע:נאציזם קאַטעגאָריע:אינטערנאציאנאלע באציאונגען קאַטעגאָריע:קאנפערענצן מוסטער:קרד/ויקי/עברית מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית