רוי:דעיל קארנעגי

פון המכלול
ווערסיע פון 09:57, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דעיל קאנארגי

דעיל קארנעגי (24סטן נאוועמבער, 18881טן נאוועמבער, 1955), פריער קארנאגי, איז געווען א שרייבער און רעדנער וואס האט זיך אפגעגעבן צו אנטוויקעלן די הלכות בין אדם לחבירו, דאס הייסט וויאזוי צו זיך אויפירן מיט אנדערע מענטשן. מיליאנען האבן שוין געליינט זיינע ביכער און מיטגעהאלטן זיינע סעמינארן, בעיקר סעילסלייט, מחנכים און מענטשן וואס ווילן געפעלן און לעבן גוט מיט זייער חברה אדער שלום בית.

אידישקייט

די געוועזענע בעלי מוסר פון לעצטן דור, ווי ר' אליהו דעסלער און ר' אביגדור מילער האבן געהאלטן זיין בוך; ווי צו שאפן פריינד און באאיינפלוסן מענטשן (How to Make Friends and Influence People), וואס האט זיך שוין פארקויפט מער ווי דרייסיג מיליאן קאפיס. אלס א יסודות'דיגער מוסר ספר, ווייל זיי האבן געהאלטן אז זיך אויסצולערנען מידות בין אדם לחבירו קומט בעפאר מדריגות און הייליגע באגריפן און דאס איז דער עיקר ארבעט אין עבודת ה' פון יעדן איד אויף דער וועלט און זיין תכלית אין לעבן.

היינט צוטאגס, לאנג נאך זיין טויט, האלטן נאך אלס אן זיין געניאלער סיסטעם וויאזוי צו העלפן מענטשן אין פארעם פון סעמינארן. און אין ארץ ישראל באטייליגן זיך דערין אסאך חרדים אויכעט.