רוי:גלייכשענקליגער דרייעק

פון המכלול
ווערסיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Isosceles triangle

אין געאמעטריע, איז אַ גלייכשענקליגער דרייַעק אַ דרייעק וואָס האט צוויי ריפן מיט גלייכע לענג.

די מאַטאַמאַטישע שטודיע פון גלייכשענקליגע דרייעקן גייט צוריק צו אוראלט־עגיפּטישער מאַטעמאַטיק און בבלישער מאטעמאטיק . גלייכשענקליגע דרייעקן זענען געווארן געניצט ווי באַפּוצונג שוין פון פריערירעגע צייטן, און באווייזן זיך אָפט אין ארכיטעקטור און פּלאַנירונג.

די צוויי גלייכע ריפן זענען גערופן די שענקלעך און דער דריטער ריפ איז גערופן דער באַזיס פון דעם דרייעק. די הייך, שטח און פּערימעטער פונעם דרייעק קען מען רעכענען דורך פּשוט פארמלען פון די לענג פון די שענקלעך און דער באַזע. יעדער גלייכשענקליגער דרייַעק האט אַ סימעטריע־אַקס לענגאויס דעם פּערפּענדיקולאַר-ביסעקטאָר פון זייַן באַזיס. די צוויי ווינקלען קעגנאיבער די שענקלעך זענען גלייַך און זענען שטענדיק שארף, אַזוי טוט מען קלאַסיפיצירן א גלייכשענקלדיגן דרייעק ווי שארף, גראד אָדער טעמפ לויט דער גרייס פונעם ווינקל צווישן די צוויי שענקלעך.