רוי:קאמיל פיסארא
קאַמיל פּיסאַראָ (פראַנצויזיש: Camille Pissarro; דעם 10טן יולי 1830 - 13טן נאָוועמבער 1903) איז געווען אַ פּראָמינענטער פראַנצויזישער קינסטלער, איינער פון די גרינדער און אויסגעהאַלטענע פאָרשטייער פונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלעריי.
ער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אויפן קאַריבישן אינדזל סענט-טאָמאַס, דעמאָלט אין רשות פון דענמאַרק (יעצטער - בתולה-אינדזלען, פאַראייניקטע שטאַטן), אין דער משפּחה פון אַ פאַרמעגלעכן סוחר פון ספרדיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין פראַנקרייך.
אין זיינע בילדער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפישע לאַנדשאַפטן (אָפטמאָל מיט געשטאַלטן פון די פּויערים, וואָס האָרעווען אויף די פעלדער). האָט ער אויך געשאַפן מאָלערישע אימאַזשן פון פּאַריזער בולוואַרן.
פּיסאַראָ האָט זיך געחברט אָדער איז באַקאַנט געווען מיט פּאָל סעזאַן (Paul Cézanne), פּאָל גאָגען (Paul Gauguin), עדגאַר דעגאַ (Edgar Degas), קלאָד מאָנע (Claude Monet), קאַמיל קאָראָ (Camille Corot) און אַנדערע אָנגעזעענע פאָרשטייער פון דער קינסטלערישער סביבה.
ער איז געווען דער איינציקער קינסטלער, וועלכער האָט אָנטיילגענומען אין יעדער איינער פון די אַכט אימפּרעסיאָניסטישע אויסשטעלונגען, וואָס זענען פאָרגעקומען אין די יאָרן 1874-1886.
אין די שפּעטערע יאָרן פון זיין לעבן, האָט ער אויך עקספּערימענטירט אויפן געביט פון נעאָ-אימפּרעסיאָניזם און אויסגענוצט די טעכניק פון "פּואַנטיליזם" (Pointillisme) אין זיינע ווערק.
קאַמיל פּיסאַראָ איז נפטר געוואָרן אין 1903 אין פּאַריז. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אויפן "פּער-לאַשעז" צווינטער.
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: קאמיל פיסארא |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!