רוי:קאמיל פיסארא

פון המכלול
ווערסיע פון 17:41, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ײ" ב־"יי")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאַמיל פּיסאַראָ: זעלבסט פּאַרטרעט

קאַמיל פּיסאַראָ (פראַנצױזיש: Camille Pissarro; דעם 10טן יולי 1830 - 13טן נאָװעמבער 1903) איז געװען אַ פּראָמינענטער פראַנצױזישער קינסטלער, איינער פון די גרינדער און אױסגעהאַלטענע פאָרשטייער פונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלעריי.

ער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אױפן קאַריבישן אינדזל סענט-טאָמאַס, דעמאָלט אין רשות פון דענמאַרק (איצטער - בתולה-אינדזלען, פאַראייניקטע שטאַטן), אין דער משפּחה פון אַ פאַרמעגלעכן סוחר פון ספרדיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין פראַנקרייך.

אין זיינע בילדער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפישע לאַנדשאַפטן (אָפטמאָל מיט געשטאַלטן פון די פּױערים, װאָס האָרעװען אױף די פעלדער). האָט ער אױך געשאַפן מאָלערישע אימאַזשן פון פּאַריזער בולװאַרן.

פּיסאַראָ האָט זיך געחברט אָדער איז באַקאַנט געװען מיט פּאָל סעזאַן (Paul Cézanne), פּאָל גאָגען (Paul Gauguin), עדגאַר דעגאַ (Edgar Degas), קלאָד מאָנע (Claude Monet), קאַמיל קאָראָ (Camille Corot) און אַנדערע אָנגעזעענע פאָרשטייער פון דער קינסטלערישער סביבה.

ער איז געװען דער איינציקער קינסטלער, װעלכער האָט אָנטיילגענומען אין יעדער איינער פון די אַכט אימפּרעסיאָניסטישע אױסשטעלונגען, װאָס זענען פאָרגעקומען אין די יאָרן 1874-1886.

אין די שפּעטערע יאָרן פון זיין לעבן, האָט ער אױך עקספּערימענטירט אױפן געביט פון נעאָ-אימפּרעסיאָניזם און אױסגענוצט די טעכניק פון "פּואַנטיליזם" (Pointillisme) אין זיינע װערק.

קאַמיל פּיסאַראָ איז נפטר געװאָרן אין 1903 אין פּאַריז. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפן "פּער-לאַשעז" צווינטער.

קאַמיל פּיסאַראָ: דער גאָרטן אין פּאָנטואַז (1877)


קאַמיל פּיסאַראָ: בולװאַר "מאָנמאַרטר" אין פּאַריז (1897)


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!