רוי:נינטענדא ענטערטיינמענט סיסטעם

פון המכלול
ווערסיע פון 02:49, 27 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פאראייניקטע" ב־"פאראייניגטע")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
נינטענדא ענטערטיינמענט סיסטעם מיט קאנטראלער
נינטענדא פאמיליע קאמפיוטער (אויך באקאנט מיטן נאמען פאמיקאם)

די נינטענדא ענטערטיינמענט סיסטעם (ענגליש: Nintendo Entertainment System; יידיש: "נינטענדא פארוויילונג סיסטעם"; אין קורצן: NES), אויך באקאנט אלס דער פאמיליע קאמפיוטער (Family Computer) אדער פאַמיקאם, (Famicom) אין יאפאן, איז די ערשטע ווידעא שפיל קאנסאל וואס נינטענדא האט פאבריצירט אין יאפאן, אייראפע און די פאראייניגטע שטאטן. זי איז באפרייט געווארן אין 1985 אין די פאראייניגטע שטאטן, און איז געווארן זייער פאפולער.

דער קאנטראלער פון די NES איז געווען אנדערש צו די דזשויסטיקן פון אלטערע קאנסאלן. ער האט געהאט א ריכטונג קנעפל וואס האט געקענט גיין ארויף, אראפ, לינקס אדער רעכטס. אויך האט ער געהאט די קנעפלעך ‏A, ‏B, ‏Select און Start. די NES האט געקענט נוצן בסך הכל צוויי קאנטראלערן פאר מולטי-שפילער שפילן. עס אויך זענען דא געווען אנדערע סארטן קאנטראלערן וואס מען האט געקענט ניצן מיט די NES.

א טייל בארימטע שפילן פאר די NES זענען "סופער מאריא ברידער", "די לעגענדע פון זעלדא", "מעטרויד", "מעגא מאן", "קעסלוואניע", "דאנקי קאנג" און "לעצטע פאנטאזיע". נינטענדא האט געהאלטן פראדוצירן און פארקויפן די NES אין 1995.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!