רוי:שלעזיש
שלעזיש (שלעזיש: ślůnsko godka, ślůnski, אָדער pů našymu; פּויליש: język śląski) אָדער אייבערשלעזיש איז אַ שפּראַך־וואַריאַנט וואָס מע רעדט אין דער אייבערשלעזיע־ראַיאָן פון פּוילן, אויך אין דער טשעכײַ און אין דײַטשלאַנד. אין 2011 האָבן בערך 509.000 מענטשן[1] געמאָלדן שלעזיש ווי זייער מוטערשפּראַך. מע שאַצט אָפּ אַז שלעזיש האָט בסך־הכּל 1.250.000 רעדערס.
שלעזיש איז א מערב־סלאַווישע שפראַך, נאָענט צו פּויליש (טייל לינגוויסטן האַלטן שלעזיש פאַר אַ פּוילישן דיאַלעקט.)
אַלפאַבעט
מע פלעג שרײַבן שלעזיש מיטן פּוילישן אַלפאַבעט. אין 2006 האָט מען געשאַפן א נײַעם שלעזישן אַלפאַבעט, באַזירט אויף 10 שלעזישע שריפטן. דער נײַער אַלפאַבעט ווערט געניצט אויף דער אינטערנעץ און אין דער שלעזישער וויקיפּעדיע.
דער אַלפאַבעט האָט 32 אותיות: Aa Bb Cc Ćć Čč Dd Ee Ff Gg Hh Ii Jj Kk Ll Mm Nn Ńń Oo Pp Rr Řř Ss Śś Šš Tt Uu Ůů Ww Yy Zz Źź Žž
און פיר דיגראַפן: Ch Dz Dź Dž.
וועבלינקען
וויקיפּעדיע אויף שלעזיש |
רעפערענצן
- ↑ Narodowy Spis Powszechny Ludności i Mieszkań 2011. Raport z wyników - Central Statistical Office of Poland
סלאווישע שפראכן | |
אסט-סלאוויש: | אוקראיניש | בעלארוסיש | רוסיניש | רוסיש |
וועסט-סלאוויש: | טשעכיש | כנעניש (יידיש-טשעכיש) | סארביש: אויבער סארביש, אונטער סארביש | סלאוואקיש | פויליש | קאשוביש | שלעזיש |
דרום-סלאוויש: | בולגאריש | מאקעדאניש | סלאוועניש | סערבא-קראָאַטיש: באסניש, סערביש, קראָאַטיש, מאנטענעגריניש |
אַנדערע: | אלט קירכע סלאוואניש | אינטערסלאוויש |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!