רוי:יהושע פערלע

פון המכלול
ווערסיע פון 03:56, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "צײַט" ב־"צייט")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יהושע פּערלע (1888, ראדעם - אָנהײב נאָװעמבער 1943 אָדער 1944, בירקענוי), איז געװען אַ פּראָדוקטיװער מחבר און איבערזעצער אױף אידיש.

לעבן און װערק

קינדער־יאָרן און יוגנט

פּערלע איז געבױרן אין 1888 אין ראָדעם אין פּױלן, אַ בן־יחיד מיט אַ סך האַלב־ברידער און האַלב־שװעסטער. דער טאַטע איז געװען אַ פּשוטער הײהענדלער. ביז צו זײַן צװעלפטן לעבנסיאָר האָט ער זיך געלערנט אין חדר, נאָך דעם אין אַ רוסישער גימנאַזיע. אין 1904 האָט פּערלע געשריבן אַ ליד אױף רוסיש, װאָס ער האָט דעקלאַמירט אין גימנאַזיע צום טױט פון טעאָדאָר הערצל[1].

אין 1905 האָט ער זיך אַריבערגעצױגן קײן װאַרשע, װוּ געאַרבעט װי אַ חשבון־פירער אין אַ באַנק. דאָרטן האָט ער אָנגעהױבן צו שרײַבן אונטער דער השפּעה פון י.ל.פּרץ און נח פּרילוצקי, װאָס האָט געפירט אַ ליטעראַרישן סאַלאָן און געהאָלפן פּערלע אַרױסגעבן זײַן ערשטע דערצײלונג, װאָס ער האָט צו ערשט געשריבן אױף רוסיש און שפּעטער איבערגעזעצט אױף ייִדיש. אין יענער צייט באַקענט ער זיך מיט שרה, מיט װעמען ער האָט שפּעטער חתונה. זײער זון לאָלעק װערט געבױרן אין 1919[2]. פון 1908 אָן האָט פּערלע געשריבן בלױז אױף ייִדיש.

פּערלעס ליטעראַרישע שאַפונגען ביז צו דער צװײטער װעלט־מלחמה

פּערלע איז געװען אַ פּראָדוקטיװער שרײַבער; ער האָט אַרױסגעגעבן דערצײלונגען, ראָמאַנען, קריטישע עסײען און אַרטיקלען כּמעט אין אַלע ייִדיש־שפּראַכיקע צייטשריפטן אין פּױלן.

אין אָנהײב האָט פּערלע געשריבן סענטימענטאַל אױפן שטײגער פון שלום אַש. אין יענער תּקופה האָט ער געשריבן די דערצײלונג "שבת", װאָס איז אַרױס אין נח פּרילוצקיס אַנטאָלאָגיע "דער יונגער גײַסט" (1908). שפּעטער האָט ער פאַרעפנטלעכט דעם ראָמאַן "מירל" (1920), געװידמעט זײַן פרױ שׂרהן. די פּאָעמע אין פּראָזע "אין לאַנד פון דער װײַסל" (1921) און די דערצײלונגען־זאַמלונג "זינד" (1923) געהערן צו פּערלעס ליריש־ראָמאַנטישן פּעריאָד[3].

אונטער דער השפּעה פון דער נאַטוראַליסטישער שטרעמונג פון יצחק מאיר װײַסענבערג האָט פּערלע ביסלעכװײַז אַנטװיקלט אַ מער פּאַרזענלעכן רעאַליסטישן סטיל. אין די נאַטוראַליסטישע װערק האָט ער באַשריבן דאָס טאָגטעגלעכע לעבן פונעם פּױליש־ייִדישן פּראָלעטאַריאַט, פון װעלכן ער אַלײן געשטאַמט. היות ער האָט געאַרבעט װי אַ באַנק־אָנגעשטעלטער, האָט ער געשילדערט געשטאַלטן פון דער ספערע פונעם באַנקװעזן, אַ נאָװענע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, למשל, אין דער נאָװעלע "נײַן אַ זײגער אין דער פרי" (1923), שפּעטער אַרױסגעגעבן אינעם באַנד אונטער דעם זעלבן נאָמען (1930)[4].

אין 1926 האָט זײַן פרױ זיך גענומען דאָס לעבן און פּערלע האָט אָנגעהױבן שרײַבן אַ סך סענסאַציאָנעלע דערצײלונגען (שונד־ראָמאַנען)[5] פאַר "דער מאָמענט", װאָס ער פלעגט אונטערחתמענען ניט מיט דעם אײגענעם נאָמען נאָר מיט דרײַ שטערנדלעך (***).

פּערלעס חשובסטע שאַפונג איז דער אױטאָביאָגראַפישער ראָמאַן "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" (1935), פאַר װעלכן ער האָט באַקומען ליטעראַרישע פּרײַזן. "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" איז דער ערשטער טײל פון אַ טרילאָגיע. אינעם צװײטן טײל "די גילדענע פּאַװע: ראמאן אין צוויי טיילן" (1939-1937) האָט ער זיך אומדערװאַרטערהײט צוריקגעקערט צום סענסאַציאָנעלן סטיל פון שונד; פונעם דריטן טײל "גילגולים" (1939) געפינט זיך דער אײנציקער עקזעמפּלאַר אין דער פּױלישער נאַציאָנאַל־ביבליאָטעק נאָר עס איז נעלם געװאָרן דער סוף[6].

די מלחמה־שריפטן[7][8]

אין אָנהײב פון דער צװײטער װעלט־מלחמה איז פּערלע מיט זײַן זון און שנור אַנטלאָפן פון װאַרשע קײן לעמבערג, װוּ עס איז געװען אַ גרעסערע גרופּע פון ייִדישע שרײַבער. דאָרטן האָט ער פאַרברענגט אַ רויִקע צייט אַפילו אױב ער האָט זיך אָנגעטראָפן אױף פּראָבלעמען מיט דער סאָװעטן־מאַכט צוליב זײַנע בונדיסטישע שריפטן. װען די נאַציס זענען באַפאַלן דעם ראַטן־פאַרבאַנד, איז פּערלע צוריק קײן װאַרשע, װוּ ער האָט זיך באַטײליקט אין װאַרשעװער געטאָ אין אומלעגאַלע קולטורעלע און שריפטשטעלערישע טעטיקײטן צוזאַמען מיט יצחק שיפּער, הלל זײַדמאַן, יצחק קאַצענעלסאָן אד"גל. עמנואל רינגעלבלום האָט אים אַרײַנגעצױגן צו שרײַבן פאַרן אונטערערדישן געטאָ־אַרכיװ, "עונג־שבת"[9].

אין 1942 האָט פּערלע געשריבן "חורבן װאַרשע"[10], אַ טאָגבוך און אַ כראָניק װאָס שילדערט די גרױזאַמע איבערלעבונגען בעת דעם גרױסן גירוש אין זומער פונעם זעלביקן יאָר, װען די נאַציס האָבן צוזאַמענגעטריבן און פאַרשיקט 260000 אײַנװױנער פון געטאָ קײן טרעבלינקע. אָט דער דאָקומענט געהערט צו די װיכטיקסטע עדותשאַפטן בנוגע די גירושים אין געטאָ. "4580"[11] איז פּערלעס לעצטע באַקאַנטע שריפטשטעלערישע אַרבעט. דער טיטל פאַררופט זיך אױף די נומערן װאָס די אײַנװױנער אין װאַרשעװער געטאָ האָבן באַדאַרפט כּדי צו באַקומען אַן אַרבעט אין די "שאַפּס" (װאַרשטאַטן אין געטאָ). די אַרבעט איז געװען דער אײנציק מעגלעכער מיטל אױסצומײַדן די באַלדיקע פאַרשיקונג. פּערלע און זײַן זון האָבן נאָך איבערגעלעבט דעם גירוש פון יאַנואַר 1943, אַריבערגעגאַנגען אױף דער אַרישער זײַט פון װאַרשע מיט פאַלשע פּאַפּירן. אין אַפּריל האָבן זײ געהאַט אַ לעצטע האָפענונג צו אַנטלױפן פון פּױלן (האָטעל פּאָלסקי אַפערע)[12], אָבער פאָטער און זון זענען פאַרשיקט און אומגעבראַכט געװאָרן אין בירקענוי (1943 אָדער 1944).

אַחוץ "חורבן װאַרשע", "4580" און "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" איז פּערלעס װערק ביז אױפן הײַנטיקן טאָג קױם געפאָרשט.

ביבליאָגראַפיע

  • אונטער דער זון, װאַרשע: ברידער לעװין עפּשטײן און שותּפים, 1920
  • אין לאַנד פון דער װײַסל, װאַרשע: די צייט, 1922
  • זינד: נאָװעלן, װאַרשע: אַלט-יונג, 1923
  • נײַן אַ זײגער אין דער פרי: נאָװעלן, װילנע: קלעצקין, 1930
  • די גילדענע פּאַװע: ראָמאַן אין צװײ טײלן, טײל 1, װאַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1937 (WorldCat)
  • גילגולים, װאַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1939

פוסנאָטעס

  1. Perle, Yehoshue: Everyday Jews: Scenes from a vanished life. Edited by David Roskies. Translated from Yiddish by Maier Deshell and Margaret Birshteyn. New Haven: Yale University Press, 2007, p. VIII
  2. Perle 2007: p. IX
  3. Perle 2007: p. X
  4. Perle 2007: footnote 9
  5. שמערוק, חנה: לתולדות הספרות השונד ביידיש. אין: תרביץ נב, ב (תשמג). זז' 325-354
  6. Perle 2007: p. XIV & footnote 24
  7. דובר דפן, מאיה: יהושע פרלע: כתובים מתקופת המלחמה. אין: חוליות 11 (2008), זז' 93-114
  8. צווישן לעבן און טויט. פּובליקירט דורך בער מאַרק. וואַרשע: ייִדיש בוך, 1955. זז'5-15 און 142-149
  9. Kassow, Samuel D.: Who Will Write Our History? Emanuel Ringelblum, the Warsaw Ghetto, and the Oyneg Shabes Archive. Bloomington: Indiana University Press 2007
  10. Weinstock, Micheline et Nathan: Khurbm Varshe. L'anéantissement de la Varsovie juive. Revue d'histoire de la Shoah 164, pp. 102-112
  11. Roskies, David G.: The Literature of Destruction. Philadelphia: The Jewish Publication Society 1988. pp. 381-385 & 450-454
  12. דער האָטעל פּאָלסקי אַפערע: האָטעל פּאָלסקי איז געװען אַ האָטעל אין װאַרשע, װאָס די נאַציס האָבן באַניצט װי אַן אינטערנירונגס־אָרט פאַר װאַרשעװער ייִדן. אָט די (רײַכע) ייִדן האָבן דאָרטן געקענט קױפן אױסלענדישע פּאַספּאָרטן, מיט וועלכע זײ וואָלטן געקענט פאַרלאָזן דעם וואַרשעווער געטאָ. דער אומברענג פון די ייִדן רופט מען דעם האָטעל פּאָלסקי אַפערע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!