רוי:האניג

פון המכלול
ווערסיע פון 18:28, 7 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " זיינען" ב־" זענען")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
האניג

האניג אדער האניק איז א פליסיגע זיסע זאך וואס קומט ארויס פון א האניג בין. מען נוצט דאס אלס א מענטשנס עסנווארג.

היסטאריע

די פארשער האבן געטראפן פערשטיינערטע רעסטן פון בינען וואס ווערן געשאצט צו א תקופה פון פאר 150 מיליאן יאר.

אין א אויסגעגראווירטע וואנט אין זימבאבווע פון פאר 15,000 יאר זעט מען א מענטש וואס נוצט זיך מיט רויך כדי צו רויבן האניג.

אידישקייט

לויט דער הלכה איז מען פארבאטן צו עסן א בין, אבער איר האניג מעג מען יא עסן, וויבאלד די האניג ווערט נישט באשאפן דורך די בין אליין, נאר די בין בריינגט דאס פון די בלימען צום בינשטאק, אזוי ווי עס שטייט: מפני מה אמרו דבש דבורים מותר שאין מוציאות אותו אלא מכניסות אותו (תוספתא, מסכת בכורות, א, ה).

און אין רמב"ם: דבש דבורים, אף על פי שהוא בא מבעל חיים טמא, מותר באכילה, ואין בו משום כל היוצא מן הטמא טמא, מפני שהדבורים מכניסות אותו לגופן ואין ממצות אותו מגופן (הלכות מאכלות אסורות, פרק ג', הלכה ג')

לויט דער היינטיגער וויסנשאפט ווייסט מען אז די בין נעמט יא ארויס פון איר קערפער פארשידענע מאטעריעלן צו דער האניג. די רבנים ענטפערן דערפון אז די מאטעריעלן זענען ווייניגער ווי א זעכציגסטל, און זיי זענען בטל בשישים.

עס איז דא א מנהג ביי יידן צו עסן עפל מיט האניג אין דער יום טוב ראש השנה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!