רוי:שניי-סאכע
אַ שניי-סאָכע איז אַ געצייג וואס ווערט געבויט צו מאָנטירן אויף אַ פאָרמיטל און ווערט באַנוצט אַראָפּצונעמען שניי און אייז פון דרויסנדיקע פלאַכן, געוויינטלעך יענע פאַר טראַנספּאָרט צוועקעס. הגם אַז דער טערמין באַדייט אָפט פאָרמיטלען מיט די דאָזיקע געצייג, זיי זענען מער פּינקטלעך באַקאַנט אַלס ווינטער דינסט פאָרמיטלען (ענ'), בפרט אין געגנטן מיט גרויסע קוואַנטומס פון שניי יעדע יאָר, אָדער אין ספּציפישע געגנטן ווי פליפעלדער. אין אַנדערע פאַלן, פּיק-אַפּ לאַסטאויטאָס (ענ') און לאָדערס ווערן אויסגעשטייַערט מיט געצייג צו פירן אויס די דאָזיקע אַרבעט. אין אַ טייל געגנטן אין וועלכע שניי איז נישט נאָכאַנאַנדיק, אָפּגלייַכערס קענען מען באַנוצט אַראָפּצונעמען געפּאַקטע שניי און אייז פון די גאַסן. שניי-סאָכעס קענען אויך ווערן מאָנטירט אויף וואַגאָנען אָדער לאָקאָמאָטיוון אױפצורױמען אייזנבאַן ליניעס.
גאַלעריע
אַ שניי-סאָכע אויף אַ הינטערגראָבער
אַ שניי-סאָכע אויף אַ לאַנדווירטשאַפט טראַקטאָר
לאַסטאויטאָס מיט שניי-סאָכעס אויף אַ שטראָז
אַן אייזנבאַן שניי-סאָכע אין סאַקסאניע, דייטשלאַנד
אַ טראַמוויי שניי-סאָכע אין דרעזדן, דייטשלאַנד
אַ דרייענדיקער שניי-בלאָזער אין סקעגוויי, אַלאַסקע, פאראייניקטע שטאטן
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: שניי-סאכע |