רוי:ריטשארד פיינמאן

פון המכלול
ווערסיע פון 21:41, 27 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ריטשארד פיינמאַן
RichardFeynman-PaineMansionWoods1984 copyrightTamikoThiel bw.jpg
פעלדער פיזיק
וואוינארט פאראייניגטע שטאטן
פרעמיעס און פארערונג געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1965
הויפט ביישטייערן
זיין ארבעט אין דעם געביט פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק

ריטשארד פיליפס פיינמאן (ענגליש: Richard Phillips Feynman‏; 11טן מיי 1918, קווינס, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן15טן פעברואר 1988, לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע) איז געווען א יידיש-אמעריקאנער פיזיקער, א געווינער פונעם נאבעל פריז פאר פיזיק אין יאר 1965 פאר זיין ארבעט אין דעם געביט פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק. ער האט בייגעשטייערט א סך צו דער אנטוויקלונג פון דער טעאריע פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק בפרט, און צו פיזיק בכלל, און ער איז געווען אן אינספירנדער לעקטאר. ער איז געווען א שותף אין דעם "מאנהעטן פראיעקט" פאר אנטוויקלען דעם אטאם-באמבע און אן אנזיכטיגער מיטגליד אין דער "ראדזשערס קאמיסיע" וואס האט געפארשט די אומשטאנדן פון דעם טשאלענדזשער קאסמאס-שיף קאטאסטראפע.