רוי:מאראמאראש
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
מאַראַמאָראָש (רומעניש: Maramureş; אונגאַריש: Máramaros; לאטייניש: Marmatia; אוקראיניש: Мармарощина / מאַרמאַראשטשינאַ, Мараморщина / מאַראַמארשטשינאַ, Марамуреш / מאַראַמאָרעש) איז א געאגראפישער, היסטארישער און קולטורעלער ראיאן אין צפון זיבנבערגן, לענגאויס דעם אויבער טיסא טייך וואס נעמט איין די מאראמאראשער פארטיפונג און די ארומיגע בערג, א טייל פון די צפון-מזרח קארפאטן.
דער דרום טייל פונעם ראיאן איז אין היינטיגער צפון רומעניע, און דער צפון טייל געהערט צום זאקארפאטיער אבלאסט אין מערב אוקראינע.
געאגראפיע
מאראמאראש איז א טאל אינגאנצן ארומגענומען מיט בערג, מיט א שמאלער עפענונג ביי חוסט, מיט א פאר טוץ טייכן און ריטשקעס וואס פליסן אין טיסא טייך אריין. ער האט אסאך וועלדער. מאראמאראש באדעקט א שטח פון בערך 10000 קוואדראט ק"מ.