רוי:ישראל יהושע זינגער
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ישראל יהושע זינגער (1893 - 1944), באוואוסט מיטן פסעוודאנים י. י. זינגער, איז געװען אַ ייִדיש שפּראַך שרײַבער, א ברודער פון יצחק באַשעװיס זינגער. ער האָט געשריבן ראָמאַנען, דערצײלונגען און זיכרונות. ער איז געבױרן געװאָרן אין בילגארײ, פּױלן, און האָט געוואוינט אין װאַרשע. אין 1934 האט ער אױסגעװאַנדערט קײן אַמעריקע. ער האָט געאַרבעט בײַם פאָרװערטס. ווען ער איז אַלט געװען 51 יאָר איז ער געשטאָרבן אין ניו יאָרק.
ביאגראפיע
ישראל יהושע זינגער איז געבוירן אין בילגאריי, רוסיש פוילן אין 1893 צו זיין פאטער, הרב פינחס מענדל זינגער און זיין מוטער בתשבע זילבערמאן.
רשימה פון זינגערס װערק
אַ רשימה פון זינגערס װערק על־פּי דער נאַציִאָנאַלער ייִדישער ביכער צענטער אין אַמעריקע; בײַ יעדע בוך איז די דאַטע אַז עס איז ערשט דערשינען געװאָרן:
- לײמגרובן (1924)
- אױף פרעמדער ערד (1925)
- שטאָל און אײַזן (1927)
- נײַ-רוסלאַנד : בילדער פון אַ ריײַזע (1928)
- יאָשע קאַלב (1932)
- די ברידער אשכנזי (1937)
- חבר נחמן (1938)
- די משפחה קאַרנאָװסקי (1943)
- פון אַ װעלט װאָס איז נישטאָ מער (1946)
- װילי (1948)
- דערציילונגען (1949)