רוי:טעקסי
אַ טעקסי אדער טאַקסי איז אַן אויטאָ, אַ ווען אדער אַנדערער פאָרמיטל וואס מען נוצט פאַר פּובליקע טראַנספּאָרט. מענטשן ניצן זיי צו גרייכן זייערע צילן דירעקטלעך, אָן קיין סטאַנציעס אינצווישן. טעקסיס ווערן באנוצט אין כמעט אלע שטעט.
מיט מערסט אַנדערע סארטן פּובליקע טראַנספּאָרט ווי בוסן, טראַמען אדער באַנען קען דער פּאַסאַזשיר נישט קלייבן וואו צו אויפגיין אדער אויסשטייגן. די דאָזיקע פאָרמיטלען אפט ניצן ספּעציפישע טראַקטן אדער נאָכפאָלגן אַ זייער ספּעציפישער מאַרשרוט. צוליב דאָס, געוויינטלעך האַלטן זיי נישט פּונקט וואו זייערע באַניצערס ווילן.
צו פאָרן מיט אַ טעקסי איז זייער ענלעך צו פאָרן מיט אַ פּריוואַטן אויטאָ, נאָר דער באַניצער איז אַ פּאַסאַזשיר אָנשטאָט דער שאָפער. טעקסיס אַרבעטן אין פאַרשידענע וועגן ארום דער וועלט, אבער דער פּאַסאַזשיר דאַרף נאָר מעלדן דעם שאָפער וואו אהין ער וויל גיין. אין מערסט פאַלן וועט דער אָפצאָל פאַר דער רייזע ווערן אָפּהענגיק אויף דער דיסטאַנץ פונעם אויפגיין פּלאַץ, אבער דער אָפצאָל פאַר אַ טעקסי רייזע ווערט געוויינלעך העכער ווי אַנדערע סארטן טראַנספּאָרט.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: טעקסי |