רוי:טאמי לעהרען

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

טאָמי לערען (ענגליש: Tomi Lahren; געבוירן דעם 11טן אויגוסט, 1992) איז אַן אמעריקאנער קאנסערוואטיווע פּאָליטישע קאָמענטאַטאָר און טעלעוויזיע האסט. זי איז באקאנט געווארן דורכאויס איר צייט ארבעטנדיג פאר "די בלעיז" ווי זי האט פובליצירט קורצע ווידעאס גערופן "לעצטע געדאנקען" אין וועלכע זי האט אָפט קריטיקירט ליבעראַלע פּאָליטיק. פילע פון אירע ווידעאס זענען געגאנגען וויירעל, און די ניו יארק טיימס האט איר אנגערופן אַ "אויפשיינענדע מעדיע שטערן."

להרען איז געווארן סוספּענדירט פון "די בלעיז" אין מערץ 2017 נאָך וואס זי האט געזאגט אין אַן אינטערוויו אויף "די וויו" אַז זי גלויבט אז פרויען זאָלן האָבן לעגאַלע צוטריט צו הרגענען זייערע קינדער /אַבאָרשאַן. באלד דערנאָך האט זי אנגעהויבן ארבעטן פאַר גרעיט אַמעריקע אַליאַנץ, אַ אָרגאַניזאַציע וואָס שטיצט פרעזידענט דאָנאַלד טראַמפּ, און אין אויגוסט 2017 האט זי אנגעהויבן דינען ווי אַ מיטארבעטערין אין Fox News.