רוי:משב"ק
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
א גבאי אדער משמש בקודש ווערט אנגערופן איינער וואס באדינט א צדיק, א רב אדער אן אדמו"ר פון א חסידי'שן הויף.
זיין תפקיד
דער תפקיד פונעם גבאי'ן ווענדט זיך לויט יעדן מקום באזונדער.
ביי א רב וועט זיך געווענליך געפונען נאר איין גבאי וועלכע איז אליין געשטעלט אויף אלע באדערפענישן פונעם רב, ווי אויך פירט ער דעם רב און ארדנט אים איין ווען און וואו צו גיין.
אנדערש איז אבער אין חסידי'שע הויפן ווי דארט איז געווענליך פארהאן מערערע גבאים ווי יעדער איינער איז געשטעלט אויף איינס אדער עטליכע תפקידים.
געווענליכע תפקידים:
- שרייבן קוויטלעך
- העלפן טיילן שיריים
- משמש זיין דעם אדמו"ר
- זיין ממונה אויפן אדמו"ר'ס הויז