רוי:אלי גאלדשמידט

פון המכלול
ווערסיע פון 07:41, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אלי גאלדשמידט
מדינה ישראלישראל ישראל
פראקציע ארבעט, ישראל אחת
כנסת דעפוטאט
13 יולי 199215 פעברואר 2001
כנסות 13 - 15
14'טער פארזיצער פון דעם כנסת קאמיטעט
4 דעצעמבער 199517 יוני 1996
14'טער פארזיצער פונעם עקאנאמיע קאמיטעט
8 יולי 199623 יולי 1997
12'טער פארזיצער פונעם פינאנץ קאמיטעט
14 יולי 199915 פעברואר 2001
אנזיכטיגע אמטן

אלי ( אליעזר ) גאָלדשמידט (געב' דעם 17טן אקטאבער 1953) איז א געוועזענער כנסת דעפוטאט פון דער ארבעטס־פארטיי .

ביאגראפיע

ער איז אויפגעוואַקסן אין תּל־אָבֿיבֿ . אין דער ארמיי האָט ער זיך איינגעשריבן אין אַ קורס פון דעם ים פלאט און אין די מיליטער־רעזערוון האט ער געדינט ווי א קאַפּיטאַן אין דעם מיליטערישן פּראָקוראַטור . ער האט אַ מייסטער־דיפלאם אין געזעצן פון תל אביב אוניווערסיטעט, און ער איז אן אדוואקאט אין פאַך.

ער האט געדינט ווי א דעפוטאט אין די 13טע-15טע כנסת'ן ( 1992 - 2001). ער איז געווען אַ מיטגליד פון דעם קאָנסטיטוציע קאמיטעט און דעם פינאַנץ קאָמיטעט, פארזיצער פון דערם כנסת קאָמיטעט, פארזיצער פון דער ארבעטס־פארטיי פראקציע אין דעם 14טן כנסת און פארזיצער פון דעם פינאַנץ קאַמיטעט אין דעם 15טן כנסת. אין דעם 13טן כנסת איז ער געווען א מיטגליד פון דעם קאמיטעט וואס קלויבט ריכטער. ער האָט רעזיגנירט נאָך די פרעמיער ־מיניסטער וואלן אין 2001, נאכדעם וואס ער איז מיאוס געוואָרן פון פאליטיק, האָט ער געזאָגט, נאָכדעם וואס ער האט געזען אז זיינע פארטיי מיטגלידער שטרענגען זיך נישט אן צו העלפן ביי די וואלן.

גאָלדשמיטט איז געהייראט, און דער פאטער פון דריי טעכטער.


וועבלינקען

מוסטער:פינאנץ קאמיטעט פארזיצער (ישראל)