רוי:על דזשאלסאן
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
על דזשאָלסאָן (ענגליש: Al Jolson) - געבױרן אַלס אַסאַ יואלסאָן דעם 26סטן מײַ 1886 אינעם שטעטל סרעדניק, קאָװנער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצטער: סערעדזשוס 'Seredžius' אין דער ליטװישער רעפּובליק); נpטר געװאָרן דעם 23סטן אָקטאָבער 1950 אין סאַן פראַנציסקאָ, פאַראײניקטע שטאַטן.
ער איז געװען אַ פּראָמינענטער אַמעריקאַנער זינגער, קאָמיקער, טעאַטער און קינאָ-אַקטיאָר פון רוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זײַן שעפערישע קאַריערע האָט געדױערט פון 1911 ביז 1950. מע pלעגט אים אָנרוpן "דער ערשטער ביודעים ייִדישער מענטש, װאָס איז געװאָרן אַ פאַרװײַלונג-שטערן אין אַמעריקע" און "דער גרעסטער פאַרװײַלער אין דער װעלט". אין 1927 האָט ער געשפּילט אין דעם ערשטן פולמעטראַזשיקן קלאַנגען-pילם "דער דזשעז-זינגער".