רוי:ביאמאלעקול
א ביאמאלעקול איז א מאלעקול וואס פאסירט נאטירלעך אין לעבעדיגע ארגאניזמען.[1] ביאמאלעקולן באשטיין בעיקר פון קוילנשטאף און הידראגען, מיט שטיקשטאף (אַזאָט), אקסיגען, פאספאר און שוועבל. אמאל זענען אנדערע עלעמענטן איינגעגלידערט אבער זעלטן.
קלארמאכונג
אלע באוואוסטע pארעמען פון לעבן זענען צוזאמענגעשטעלט נאר פון ביאמאלעקולן. למשל, מענטשן האבן הויט און האר. דער הויפט באשטאנדטייל פון האר איז קעראטין[2], א צוזאמענשטעל פון פראטעינען וואס זענען אליין פאלימערן געבויט פון אמינאזייערסן. אמינאזייערסן זענען פון די וויכטיגסטע בויענטיילן באניצט אין נאטור אויסצובויען גרעסערע מאלעקולן. נאך א סארט בויענטייל זענען די נוקלעאטידן, יעדער איינער מיט דריי ביישטאנדן: אדער א פורין אדער פירימידין באזע, א פענטאז צוקער און א pאָסpאַט גרופע.[3] די דאזיגע נוקלעאטידן pארמירן בעיקר די נוקלעאישע זייערסן.
טיפן ביאמאלעקולן
רעפערנצן
- ↑ אקסpארד ווערטערבוך פון ביאכעמיע און מאלעקולארישע ביאלאגיע Oxford Dictionary of Biochemistry and Molecular Biology, Oxford University Press, 2006, p. 76.
- ↑ Dermatology, Otto Braun-Falco, Gerd Plewig, H. H. Wolff, W. H. Burgdorf, 2000, p. 1100.
- ↑ Henderson’s Dictionary of Biology, Eleanor Lawrence, 2005, p. 443