רוי:בני ברק
|
בני ברק איז א אידישע פרומע שטאָט אין געגנט גוש דן וואס איז אין תל אביב דיסטריקט פון ישראל, וואס דארטן זײַנען פּלאַצירט פילע חסידישע הויפן און אויך די ליטווישע וועלט בארימטע פאנאוועזשער ישיבה. דעם 27סטן סעפטעמבער 2012 איז בני ברק געווען די צענטע גרעסטע שטאט אין ישראל, מיט א באפעלקערונג פון 176,556.
די שטאט ווערט דערמאנט אין דער הגדה של פסח: מַעֲשֶׂה בְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר וְרַבִּי יְהוֹשֻעַ וְרַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה וְרַבְּי עֲקִיבָא וְרַבִּי טַרְפוֹן שֶהָיוּ מְסֻבִּין בִּבְנֵי בְרַק, וְהָיוּ מְסַפְּרִים בִּיצִיאַת מִצְרַיִם כָּל אוֹתוֹ הַלַּיְלָה עַד שֶׁבָּאוּ תַלְמִידֵיהֶם וְאָמְרוּ לָהֶם: רַבּוֹתֵינוּ, הִגִּיעַ זְמַן קְרִיאַת שְׁמַע שֶׁל שַׁחֲרִית.
בני ברק איז זייער אן ארעמע שטאט ווייל א סך איינוואוינערס ארבעטן ניט און לערנען נאר תורה.
שטאטראט
ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 1959 האבן די חרדים באקומען 5 מאנדאטן, מפד"ל 4 מאנדאטן, דער מערך 3 מאנדאטן, חרות 2 מאנדאטן און די ליסטע פון די עדות המזרח איין מאנדאט.[1].
ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 1965 האבן די חרדים באקומען 5 מאנדאטן, מפד"ל 3 מאנדאטן, דער מערך 3 , גח"ל 2 און די באוועגונג פאר אחוה 2.[2]
ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 1969 האבן די חרדים באקומען 6 מאנדאטן אין דער שטאטראט, מפד"ל 4 מאנדאטן, מערך 3 און גח"ל 2 מאנדאטן.[3]. נאך די וואלן האט ישראל גאטליב פון מפד"ל אויפגעשטעלט א קאאליציע מיט מערך און גח"ל, איבערלאזנדיק די תורה בלאק אין אפאזיציע.[4]
ביי די מוניציפאלישע וואלן אין דעצעמבער 1973 האט מפד"ל באקומען 5 מאנדאטן, אגודה און פועלי אגודה וואס זענען געלאפן צוזאמען האבן באקומען 3 מאנדאטן, נאמני תורה ספרדיים 2 מאנדאטן, דער מערך 3 מאנדאטן און ליכוד 2 מאנדאטן.[5]
ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 2008 איז געווען נאר איין קאנדידאט פאר בירגערמייסטער, הרב יעקב אשר. פארן שטאטראט האט קאנדידירט נאר איין ליסטע, מיט די פאלגנדע נעמען:[6]
- יהדות התורה- יעקב אשר, חנוך זייבערט, ישראל משה פרידמאן, מנחם מענדל אייזנבערג, מיכאל קאקאן, מאיר יהודה מארמארשטיין, אברהם רובינשטיין, שמחה שטיצבערג, נתן צבי כהן, חיים דוד ראזנער, יעקב ווירזשבינסקי, חיים מאיר לאנגזאם, שלמה שטערן, ישראל דרענגער, יהודה האבער, שלמה קאסטעליץ, מאיר שאקראן, מרדכי דריימאן
- ש"ס - פינחס צברי, אליהו דאדאן, ניסן יגאל געטאַ, נתן בצלאל, אברהם פאַרטאש, גדליהו בן שמעון
- מפד"ל - לוי אליעזר זוראווין
אזוי ווי ס'איז נישט געווען מער ווי איין ליסטע, האבן די בירגער פון בני ברק נישט געדארפט וויילן.
ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 2013 איז חנוך זייבערט געוויילט געווארן בירגערמייסטער.
רעפערענצן
- ↑ ילקוט הפרסומים 721, 30סטן נאוועמבער 1959, עמוד 332
- ↑ ילקוט הפרסומים 1232, 17טן נאוועמבער 1965, עמוד 340
- ↑ ילקוט הפרסומים 1577, 17טן נאוועמבער 1969, עמוד 543
- ↑ הסיעה החרדית בבני ברק גירשה שמעון סירוקה מתוכה, דבר, דעצעמבער 3, 1969
- ↑ ילקוט הפרסומים 1987, 3 בפברואר 1974, עמוד 809
- ↑ המודיע, א' חשוון תשס"ח
צווילינג שטעט
זעט אויך
בירגערמייסטער פון בני ברק | |||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|