המכלול שמועס:רייניגונג פראיעקט

ווערסיע פון 02:06, 23 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (מוסטערן איינשליסונג)
צושטעלן טעמע

אלע ארטיקלען וועלן באקומען די "אומבאקוקט" און "יידיש" קאטעגאריעס.


ווען איר עפנט אן אומבאקוקטן בלאט, אויב:

  • עס איז באשטייט בלויז פון קלארע כיעור, מינות, וכדומה
  • עס איז א ווייטערפיר (הפניה, רעדירעקט) וועלכע איז בלויז וויכטיג פאר יידיש ליינער (ווי װײַסל וואס פירט צו ווייסל)

דאן מעקט אויס דעם בלאט. אין ערשטן פאל, נעמט אויך אוועק פריערדיגע ווערסיעס.


אויב איז פארהאן קלארע כיעור, מינות, ראיות אסורות, וכדומה, אינמיטן אן ארטיקל, מעקט אויס דעם שטיקל, און:


אויב דער גאנצער בלאט, אדער א חלק דערפון, איז אין די גרויע תחום צווישן האלטן אדער מעקן, דאן:

  • לייגט צו דעם [[קאטעגאריע:פאדערט צופאסונג]]
  • פרובירט צו עפענען א שמועס דערוועגן דא אינעם רייניגונג פראיעקט, מיר זאלן צוזאמען צוקומען צו ריכטיגע פרינציפן און מהלכים


סיי וויאזוי, אויב ווערט דאס בלאט נישט געמעקט, און איר האט עס איבערגעקוקט און געטוישט פון יידיש אויף אידיש (ראטזאם!), דאן נעמט אויך אראפ דעם [[קאטעגאריע:יידיש]].

וויכטיג: טייל ארטיקלען באניצן זיך מיט מוסטערן צו צייגן ריכטיג. די מוסטערן וועלן אימפארטירט ווערן פון העברעאישער המכלול און צוגעפאסט ווערן צום באנוץ אין די אידישע ארטיקלען. נעמט נישט אראפ דעם "יידיש" קאטעגאריע פונעם ארטיקל איידער עס איז פולשטענדיג פארטיג, אריינגערעכנט מיט די מוסטערן.


נאך אפאר זאכן צו האלטן אין געדאנק:

  • א ריזן חלק ארטיקלען זענען כמעט בלויז ווערטערבוך-זאצן. ווען די נושא פאר זיך איז פאסיג און קען נוצן אן ארטיקל, דאן מעקט עס נישט אויס, נאר שטעלט דעם [[קאטעגאריע:פיצעלע ארטיקל]]. ווען די נושא פאר זיך איז נישט אזוי איי איי איי, קען מען גרינגער מעקן ווען צו דעם איז עס נאך פיצל.
  • ערכי יהדות וועלכע דארפן פארברייטערט ווערן איידער מיר גייען לרשות הרבים, צו טראגן א שטיקל פנים, שטעלט צו דעם [[קאטעגאריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן]].
  • ערכי יסוד אין אנדערע געביטן וועלכע דארפן פארברייטערט ווערן איידער מיר גייען לרשות הרבים, צו טראגן א שטיקל פנים, שטעלט צו דעם [[קאטעגאריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן]].
  • ארטיקלען איבער רבנים, רביים, וכדומה, שטעלט צו דעם פאסיגן טיטל צום נאמען. מאכט זיכער אז איר לאזט א ווייטערפיר צום אלטן נאמען. די פאסיגע טיטלען זענען:
    • "רבי" פאר א נפטר
    • "הרב" פאר א לעבעדיגער


בהמשך, ווען ארטיקלען ווערן אסאך געטוישט (אין תוכן) און/אדער פארברייטערט, וועט מען צולייגן דעם [[קאטעגאריע:איבערגעשריבן אדער פארברייטערט אין המכלול]].

חזרה לדף המיזם "רייניגונג פראיעקט".