רוי:שאנכיי

פון המכלול
ווערסיע פון 06:13, 24 מערץ 2015 דורך YI>Dexbot (Removing Link GA template (handled by wikidata))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שאנכיי (כינעזיש: ) איז די מערסטע באפעלקערטע שטאט אין כינע און איינע פון די גרעסטע מעטראפאליטאנע שטחים אין דער וועלט, מיט העכער פון 20 מיליאן מענטשן.[1] שאנכיי געפינט זיך אויף כינע'ס מזרח בארטן ביים מויל פונעם יאנגצע טייך. זי ווערט אדמיניסטריט אלס א מוניציפאליטעט פון דער מענטשנ'ס רעפובליק פון כינע מיט פראווינצן סטאטוס.[2]

ארגינעל א פֿישעריי און טעקסטיל שטאט, איז שאנכיי געוואקסן צו חשיבות אין דעם 19טן יארהונדערט צוליב איר גינסטיקער פארט פלאץ און ווי איינע פון די שטעט געעפנט צו פֿרעמדן האַנדל דורך דעם 1842 אפמאך פון נאנקין.[3] די שטאט האט געבליט אלס א צענטער פאר מסחר צווישן מזרח און מערס, און איז געווארן א פֿיל־נאציאנאלער מיטלפונקט פון פינאנץ און באשעפֿטיגונג ביז די 1930ער.[4] פֿונדעסטוועגן, שאנכיי'ס וואוילטאג איז געווארן אפגעהאקט נאכן 1949 כינעזישן ברידערקריג און דאס אויפֿהערן פון פרעמדע אינוועסטירונג. די עקאנאמישע רעפארמען אין 1990 האבן גורם געווען אינטענסיווע אנטוויקלונג און פינאנצירונג אין שאנכיי, איז די שטאט געווארן אין 2005 דער וועלט'ס מערסטער באשעפטיגסטער פֿראכט פארט.[5]

ביי חרדי'שע אידן איז דאס אממערסטנס באקאנט צוליב דעם וואס דער וועלט בארימטער מירער ישיבה האט זיך דארטן אויפגעהאלטן אין פארלויף פון דער צווייטער וועלט מלחמה יארן ווען די וועלט האט געפלאקערט און אזוי ארום זענען זיי געראטעוועט געווארן פון א (כמעט) זיכערן טויט.

היינט איז שאנכיי דער גרעסטער צענטער פון האנדל און פינאנץ אין דער כינעזישער יבשה, , און איז געשילדערט געווארן אלס "פארשטעלונג" פון דער וועלט'ס גיכסטערע וואקסנדיגע עקאנאמיע.[6]

היסטאריע

אין דער תקופה פון דער סונג דינאסטיע (960 - 1279) האט זיך שאנכיי אנטוויקלט פון א דארף אין א האנדל שטעטל מיט א פארט, דורך פליטים וואס זענען געקומען פון צפון כינע. אין 1172 האט מען געבויט אין דער שטאט א מויער ביים בארטן ים. אין דער תקופה פון דער יואן דינאסטיע איז שאנכיי געווארן אין 1292 דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם ראיאן. אין 1297 איז שאנכיי געווארן אפיציעל א שטאט.

אין די צייטן פון דער מינג דינאסטיע האטט די שטאט שטארק אנטוויקלט. אין 1554 האט מען ארומגענומען די שטאט מיט א מויער צו שיצן זי פון יאפאנעזער פיראטן, וואס האט געשטיצט די אנטוויקלונג פון דער שטאט. אבער אין 1525 האט די מינג דינאסטיע געאסר'ט שיפן ארויספארן אין ים פון שאנכיי.

ביי דער טשינג דינאסטיע איז שאנכיי געווארן איינע פון די חשובסטע פארט שטעט אין דער יאנגצע דעלטע. צוויי ענדערונגען אין דער פאליטיק האבן געווירקט צו העכערן דעם סטאטוס פון דער שטאט. ערשטנס, אין 1684 האט דער קייסער קאנגשי (1662 - 1723) אנולירט דעם פארבאט אויף שיפן ארויספארן אין ים פון שאנכיי פארט. צווייטנס, אין 1732 האט דער קייסער יונצאנג (1678 - 1735) אריבערגעפירט דאס צענטראלע צאל הויז פון סונדזיאנג קיין שאנכיי, אזוי גיבנדיק צו דער שטאט שליטה אויפן אויסערן האנדל פונעם גאנצן ראיאן.


רעפערענצן

  1. "שאנכיי באפעלקערונע איבער 20מ". כינע טעגלעך. 2003-12-05. Retrieved 2008-03-22.
  2. "שאנכיי". ענציקלאפעדיע בריטאניקע אנליין. 2008. Retrieved 2008-03-22.
  3. Mackerras, Colin (2001). The New Cambridge Handbook of Contemporary China. Cambridge University Press. p. 242. ISBN 0521786746.
  4. "א בליק אויף 1930ער שאנכיי". Yoran Beisher. 2003-09-24. Retrieved 2008-03-20.
  5. "שאנכיי היינט דער וועלט'ס גרעסטער פֿראכט פארט". Asia Times Online. 2006-01-07. Retrieved 2008-03-20.
  6. "Shanghai: China's capitalist showpiece". BBC News. 2008-05-21. Retrieved 2008-08-07.
    "Of Shanghai... and Suzhou". The Hindu Business Line. 2003-01-27. Retrieved 2008-03-20.