רוי:רעגירונג

פון המכלול
ווערסיע פון 08:32, 5 אויגוסט 2013 דורך YI>פוילישער (אראפנעמען קאטעגאריע:פאליטישער וויסנשאפט דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רעגירונג איז די אינסטיטוציע וואס באשטימט אלע דורכפירונגען אין א מדינה. די רעגירונג איז אחראי אויף די באַוואָפנטע מאַכטן ווי דער מיליטער, פאליציי א.א.וו. (וואס הייסט "די אויספירער אויטאריטעט"), און אין געוויסע דעמאקראטישע מדינות, (ווי צ.ב. מדינת ישראל) באשטימט זי אויך די געזעצן פון דער מדינה (וואס הייסט "געזעצגעבער אויטאריטעט")

אין א פארלאמענט-רעגירונג, שטייט די רעגירונג אונטער דעם פארלאמענט, אזוי אז אויב רוב פון די מיטגלידערס אינעם פארלאמענט שטעלן זיך קעגן דער רעגירונג, פאלט באלד די רעגירונג אונטער און דער פרעזידענט קלייבט אויס איינע פון די מיטגלידערס אין דעם פארלאמענט אויפשצוטעלן א נייע רעגירונג.

די רעגירונג קאנטראלירט פארשידענע טעטיקייטן, למשל האנדל, בילדונג און מעדיצין.