רוי:ליכט בענטשן

פון המכלול
ווערסיע פון 10:51, 5 יאנואר 2018 דורך YI>Zalminsk
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נרות שבת אדער שבת ליכט זענען די לעכט וואס מ'צינדט אן ביים זמן פון אריינקום דעם שבת קודש דורך די פרויען.

יעדער דארף צינדען ליכט אויף שבת, סיי מענער און סיי פרויען דארפען זעהן אז אין שטוב זאל ברענען ליכט, אפילו ער האט נישט וואס צועסן דארף ער גיין בארגען צו קענען צינדען,

ס'ווערט געצינדען דורך פרויען צוליב 3 סיבות:

  1. צו מכפר זיין אויף די זינד פון חוה (ירושלמי שבת, ב, ו: בראשית רבה יז, ח)
  2. זיי געפינען זיך מער אין שטוב אהנצוגרייטן די שבת, (משנה תורה, הלכות שבת, ה, ג)
  3. ווייל דאס ברענגט שלום בית, (בבלי שבת, כג, ב)
א קינסטלעריש־אויסגעארבעטע זילבער שבת לייכטער, געשאַפֿן דורך רבי חיים-יוסף-מאיר עלעפאנט, אָנהייב פון די 1950ער יאָרן

ברכות

פאר אדער נאכדעהם ליכט-צינדען זאגט מען:

נוסח הברכה פאר שבת: "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קידשנו במצוותיו וציוונו להדליק נר של שבת."

נוסח הברכה פאר יום טוב: "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קידשנו במצוותיו וציוונו להדליק נר של יום טוב."

אלע ימים טובים, אויסער שביעי של פסח, זאגט מען צו די ברכה: "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה"


שבע מצוות דרבנן
The10Commandments.png
Menorah7a.png
הללמגילת אסתרחנוכה ליכט
נרות שבתנטילת ידייםברכהעירובין
תרי"ג מצוות (לויט ספר החינוך)