רוי:לודוויג וואן בעטהאוון

פון המכלול
ווערסיע פון 22:34, 23 סעפטעמבער 2017 דורך YI>Davidik500
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לודוויג וואן בעטהאוון

לודוויג וואַן בעטהאָווען (16טן דעצעמבער 177026סטן מערץ 1827) איז געווען א דײַטשער קאָמפּאָזיטאָר און פּיאניסט, פון די גרעסטע ריזן אין קלאסישער מוזיק.

בעטהאָווען איז געבוירן געוואָרן דעצעמבער 1770 אין באָן, פּרינציפאליטעט פון קעלן (הײַנט דײַטשלאנד).

ער האָט פארפאסט די אָפּערע ’’פידעליאָ’’, נײַן סימפאָניעס, 16 סטרונע–קווארטעטן, 32 פּיאנע–סאָנאטעס, פינף פּיאנע-קאָנטשערטאָס, א פידל–קאָנטשערטאָ און פיל אנדערע ווערק.

די נײַנטע סימפאניע איז א כאָרעל–סימפאָניע, זי האָט געמאכט א רעוואָלוציע אין דער וועלט פון קלאסישער מוזיק און איז פאררעכנט אלס דאָס אממערסטן גראנדיעז קלאסיש ווערק, וואָס איז ווען אמאָל פערפאסט געוואָרן אויף דער וועלט.

זײַענדיק 26 יאָר אלט, האָט בעטהאָווען אָנגעהויבן פארלירן זײַן געהער. כדי צו הערן וואָס ער קאָמפּאָזירט, האָט ער געמוזט זיך אראָפּלייגן אויף דער ערד, און הערן די וויבראציעס פון דער פּיאנע, אז ער זאָל וויסן וועלכע נאָטן ער שפּילט. אין יענע צײַטן איז געווען שווער זיך צו באטייליקן אין דער חברה פאר א טויבן מענטשן. וויבאלד בעטהאָווען האָט געארבעט אליין, שרײַבנדיק זײַנע קאָמפּאָזיציעס, האָט ער געדאנזשעט צו באהאלטן זײַן דעפעקטיווקייט פון אנדערע מענטשן.

בעטהאָווען איז געשטאָרבן דעם 26סטן מערץ 1827 אין וויען.