רוי:לאס אנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע פליפעלד

פון המכלול
ווערסיע פון 15:46, 28 אפריל 2013 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

לאס אנדזשעלעס לופטפעלד געביידע

33°56′33″N 118°24′29″W / 33.94250°N 118.40806°W / 33.94250; -118.40806 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט לאס אַנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע פליפעלד (ענגליש: Los Angeles International Airport, קאד: LAX) איז דאס גרעסטע אינטערנאציאנאלע פליפעלד אין קאליפארניע און אין גאנץ מערב די פאראייניקטע שטאטן. דאס פליפעלד געפינט זיך אין לאס אנדזשעלעס.

דאס פליפעלד באדעקט א שטח פון 14 קוואדראט ק"מ אין דרום־מערב לאס אנדזשעלעס, אויפן ברעג פונעם פאציפישן אקעאן. אין 2011 האט דאס פליפעלד געהאט 61,862,052 פאסאזשירן.

היסטאריע

דאס פליפעלד האט געעפנט אין 1930 מיטן "נאמען מיינס פילד"; עס האט באקומען דעם נאמען "לאס אַנדזשעלעס אינטערנאציאנאלע פליפעלד" אין 1949.