רבי ישכר דוב בידערמאן

פון המכלול
ווערסיע פון 23:40, 15 אפריל 2026 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏משפחה: המשך הוספות אימפארטירט פונ'ם העברעאישן מכלול - זעהט דארט ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ מקום קבורה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי ישכר דוב בידערמאן
געבורט י' כסלו ה'תש"ב
ירושלים
פטירה י"ד שבט ה'תשפ"ו (אלט: 84)
ירושלים
טעטיגקייט אָרט ירושלים
וואוין ארט ירושלים
השכלה ישיבת לעלוב, ישיבת חידושי הרי"ם
רבי'ס זיין טאטע, רבי גד'ל אייזנער
דינאסטיע לעלוב
טאטע רבי משה מרדכי בידערמאן
לעלובער רבי
מקביל ל זיינע ברידער רבי שמעון נתן נטע און רבי פנחס יצחק
רבי ראובן אלתר בידערמאן ←

רבי ישכר דוב בידערמאן (י' כסלו ה'תש"ב - י"ד שבט ה'תשפ"ו) איז געווען דער לעלובער רבי, אין זיין בית מדרש אויף דער בר-אילן גאס אין ירושלים. ער איז אויך געווען באקאנט אלס רבי פון "לעלוב פיעטריקאוו" און "מהרי"ד מלעלוב".

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן י' כסלו תש"ב אין די בתי ווארשע אין ירושלים אלס זעקסטע קינד צו זיין טאטן, רבי משה מרדכי בידערמאן, דער בעל ברכת משה, און עטיל, טאכטער פון רבי אברהם שווארץ, רב פון פשעמישל אין גאליציע.

ביי זיין ברית האט מען אים א נאמען געגעבן ישכר דוב נאך רבי ישכר דוב רוקח פון בעלזא.

ווען ער איז געווען איין יאר אלט, האט זיין טאטע זיך געצויגן קיין תל אביב וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף.

אלס קינד האט ער געלערט אין תלמוד תורה פון חב"ד אין תל אביב און אלס בחור אין לעלובער ישיבה בנשיאות פון זיין טאטן, אין תל אביב, וואו האט ער געלערנט בחברותא מיט זיין עלטערן ברודער רבי פנחס יצחק[1], און דערנאך אין ישיבת חידושי הרי"ם פון גער אין תל אביב, דארט איז ער נתקרב געווארן צו רבי גד'ל אייזנער.

בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט חוה דאכא, טאכטער פון רבי משה זאב פריעדמאן, רב אין יפו און מחבר פון ספר 'קרבן משה'. זי איז נפטר געווארן אין א שריפה אין זייער שטוב אין א יונגער עלטער, איבערלאזענדיג איין קינד, און דער רבי אליין איז געראטעוועט געווארן מיט ניסים.

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט ברכה, טאכטער פון רבי יעקב קרישבסקי פון ירושלים (זי איז נפטר געווארן אין חשון תשפ"א). נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין ירושלים וואו בנוסף צו זיינע לימודים האט ער עוסק געווען פאר זיין פרנסה מיט שרייבן ספרי תורה[1].

נאך זיין טאטנ'ס פטירה האט ער מקבל מרות געווען פון זיין עלטסטן ברודער רבי אברהם שלמה פון לעלוב, און האט אויך געדינט אלס בעל תוקע אין זיין בית מדרש. ער איז אויך נאנט געווען מיט זיין ברודער רבי שמעון נתן נטע, און האט זיך פיל מאל באטייליגט ביי זיינע טישן און אנדערע געלעגנהייטן[1].

ער איז נפטר געווארן י"ד שבט ה'תשפ"ו אין עלטער פון 84 יאר, אויף א פלוצימ'דיגן אופן, פארטאגס נאכ'ן גיין אין מקוה פון לעלובער בית מדרש אויף צפניה גאס אין ירושלים.

ער איז געברענגט געווארן לקבורה נאנט צו זיינע עלטערן אויפ'ן הר הזיתים.

רבי'סטעווע

ווען זיין טאטע איז נפטר געווארן (ה'תשמ"ז), האט מען אויפגענומען צוויי פון זיינע ברידער אלס לעלובער רבי'ס, דער עלטסטער ברודער רבי אברהם שלמה און רבי שמעון נתן נטע. עטליכע יאר שפעטער האט מען אויך מכתיר געווען זיין ברודער רבי אלטר.

ווען רבי אברהם שלמה איז נפטר געווארן (ה'תש"ס) האט מען מכתיר געווען רבי ישכר דוב אלס לעלוב-פיעטריקאווער רבי און זיין ברודער רבי פנחס אלס דער לעלוב-ניקלשבורגער רבי.

בעידודו פון רבי שמעון נתן נטע[1], האט ער אין תשס"ו אויפגעשטעלט זיין בית המדרש קהל 'קדושת מרדכי' - לעלוב אויף דער בר אילן גאס אין ירושלים, דארט האט ער אנגעפירט זיין הויף ביז צו זיין פטירה.

ביי זיינע טישן און אנדערע געלעגנהייטן האבן זיך בייטייליגט פיל אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן[1].

ער האט זיך בייטייליגט ביי הפגנות קעגן חילול שבת, און איז אמאל, אין זיין יוגענט, אויך ארעסטירט געווארן ביי איינע פון די הפגנות[1]. ער האט אינטערגעשריבן אויף א בריוו קעגן דער "רכבת הקלה" אין בר אילן, און האט זיך בייטייליגט ביי די הפגנות דערוועגן. ער האט זיך אבער קעגנגעשטעלט און מוחה געווען קען מעשי אלימות אד"ג ביי די הפגנות[מקור פארלאנגט].

ביי דער סעודת השלושים נאך זיין פטירה האט מען מכתיר געווען זיין עלטסטן זון, רבי ראובן בידערמאן, אים צו ממלא מקום זיין אלס לעלובער רבי אין זיין בבית מדרש אויף בר אילן גאס[2].

משפחה

רעפערענצן